6 דס 8118016ש8 /10נסטט 806נ1 1789 161121הנ פום 1
ת1:03002110 21016045 116111296
פיט 087
הסס, 6ט14טס-100150ש0))0ס1םו גוז0ס.1116גוס-הופוחנץ//:פנןוזח
מ200808000 6065(סזק 11296ז116 סם 1 0
זסן ץ91/1011 סחווחס 1066עסזט 15 101זס1סחז 1015 זס 010װז60466 1ס1סזסחזוזסס זסי1 ץ{|חס 96 |סחספזסק חחזשוס11סן 406 81 פו 0001006 16056ט ,56ט זס)ס עחס
:644 /01חזס
הזסס, 6ט14טס-100150ש10))0חו
000021000? 21016049 116114296 סנ 1' 0
פיט 1
4ן
ר 1 1 1111 11 1110 1101 1
צוויי רעפּאָרטאזשן װעגן יַסראָעל. א. מײ לינג (טעל- אוויוו). זיי טאָרן ניט װיסן דעם עמעס;: דאָ װיד דאָברושין קורצע נאָטיצן ארום א רײַזע קין /װסראָצל + . . יי 6 ש. .}. ר יש
פּאבלאָ נערודא. אין הימל קלינגען אלע גלעקער (לידער. איבערגעזעצט פון שפּאניש יאָסל גאָלדי בערג. בענאָסיאײַרעס). . . + . + + * * . 6 אװראָם קאהאן שאָלעםיאלייכעם (ראָמאן). צייכענונ"
יע טרה איגשפ ?4 + שיט 6א.+ 6 ע
אװראָם גאָנטאר. דער גוטער שמייכל (לידער) . *
מאָזי קאָבריאנסקי. שאישטיל (א קורצער ראָמאן. צײכענונגען פון ג. קראװצאָו + + + + + *+ + 6 6
אלעקסאנדער ב עלאָוסאָװ. אין אָט דער רעגע פון גרו יש + { + א + + + 6 )2 )
אין שפיגל פון דער רוסישער. סאָוועטישער פרעסע. פאר" צייכענונגען פון א. פּושקאר, װו. איסײַטשענקאָ, נ. פּליס- קאָ, ס. װאָראָנין, װו. לעוויצקאיא, װו. קים, א. קרישי טשיונאס, יו. אבאָזשין, מ. גרינבערג. צוגעגרייט צום ה "רע יא אב עי י. פ'ו א 6
מאָטל גרוביאן פון דער דיכטערישער יערושע . .
סאָניע פרײַ. אינער פון די ערשטע (דער זשורנאל .יונגוואלד" מיט 50 יאָר צוריק) + + + + + + . .
ליטעראטור-קריטיק. ביבליאָגראפיע. פראגן פון קונסט
הערש רעמעניק. פּראָבלעמען פון דער הײַנטצײַטײ קער ייִדישער ליטעראטור. די אנטוויקלונג פון מעטאָדן און סטילן. רעאליזם + + + + + ! + ... | 6 = רעצענזיע. שמועל גאָרדאָן. דער דיכטער פונעם שטורמישן יאםי 4 + + + = +טס "םש + 3 6 . ארן װערגעליס. נאָטיצן אָן א סיידער + . + . . פּאָלעמיק. אי. באָראָװיטש, מ. ג לײזער. װעגן יעכיִעל שרײַבמאנס ראָמאן ,זיבעצניאָריקע? . . . . יעשוע ליובאָמירסקי. אף א ריכטיקן װעג . . . מיר ענטפערן אף פראגעס פון אונדזערע לייענער. ק. ק א" פּיטאָנאָװ. די פּאלעסטינער פּלײטים + + . . . סאָניע ט שערניאק. דער קינסטלער און זײַנע פּײי- ר 27 א ר יע עי 0 מ. איטקאָװיטש. איבער די זאלן פונעם צענטראלן שיר אשי 5 יו + +'י. א . בלעטערנדיק זשורנאלן און צײַטונגען + + + .+ . . קאָמענטארן פון רעדאקציע . . . + + + + + + .א . הס אז:;טטיקארע ++ + ציי + + 0 גי + 6 6 . פֿארשיייגטש?. + +י+ 2 נאָטיצן אפן קאלענדאר . . כראָניק . 8 יש םש עליע פא לקאָװיטש. שמ
* ' * * *. * * *
* * *. * * *. *. *
. . . . 129, 162, וועגן ייִדישער שפּראך
19
21
113
115 128
132
10
148 154
164 10
175 175
16 19 183 185 16 188 169 10
הויפּט-רעדאקטאָר א. ווערגעליס. רעדקאַלעגיע:
א. גאַנטאר, ש. גאָרדאָן, ט. גען,
י טשיטשעלניצקי (שטעלפארטרעטער פון הױיפּטירעדאקטאָר), נאָטע לוריע, מ. לעוו, כ. מאלטינסקי,
ב. מילער, כ. מעלאמוד,
ה. פּאָליאנקער, ס. פרט.
פאראנטװאָרטלעכער סעקרעטאר י. שוסטער
יר וינמשן אונדזערע לייענער, או
דאָס טױינט נײַן הגרערט פיר-אוןזיכעציקסטע יאָר,
װאָס חייבט זיך איצט אָן,
זאָל זײַן פאר יערן באזונדער און פאר אלעמען איניינעם
א יאָר א גליקלעכס,
א פריידיקס,
א שעפעריקס.
זאָל ראָס נײַעץ יאָר ברענגען פאר אלע מענטשן אף דער װעלט
שאָלעם און סאַציאלן פּראָגרעס.
יי רעפּאַרטאזשן וועגן יִסראַעכ
א. מיײלינג
(טעל-אוויוו)
זי טאָרן ניט װיסן דעם עמעס
1
ער סקאנדאל, װאָס האָט געטראָפן אינעם ך שטעטל קארמיייל, האָט אופגערודערט די ייַסראָעלדיקע פּרעסע און ראדיאָ. די צײַטונ-י גען האָבן אופגעהויבן א טומל: ,, צענדליקער מישפּאָכעס פוֹן קארמיייל, וועלכע זײַנען געקו- מען פון רוסלאנד, עמיגרירן קיין קאנאדע!" די באאמטע, וועלכע פארנעמען זיך מיט די אוילים, האָבן זיך א לאָז געטאָן צו פארטושן און װי װײַט מעגלעך פארקלענערן דעם בא- דײַט פונעם דאָזיקן סקאנדאל.
מע האָט גענומען זוכן די מענטשן, וועלכע האָבן געקראָגן באצאָלט פאר יעדער מיש- פּאָכע, װאָס שרײַבט אונטער א קאָנטראקט צו ארבעטן אין די וועלדער פון קאנאדע. דאָס, װאָס די באאמטע האָבן געפּרוּווט פארלעשן דאָס פײַער און פארווישן די סימאָנים פון דער סרייפע, האָט געקאָנט בלויז ארויסרופן א שמייכל. נאָר ס'האָט ארויסגערופן באדויערונג די לאגע פון די געוועזענע סאָוועטישע ביר" גער. באװאַרנטע פון געבוירן אָן מיט בילדונג, ארבעט און סאַציַאלער פארזיכערונג, זײַנען זי איצט געצווּנגען זיך פארדינגען אף ארבעט אין די פארװאָרפענע װעלדער פון קאנאדע. אז מע טוט אזא זאף ניט פון נאכעס, איז דאָך פארשטענדלעך.
איך האָב דערפילט א , פונק", װאָס האָט מיך געבראכט צום באשלוס: איך פאָר קיין קאר- מײַייל, קעדיי צו דערציילן וועגן די דאָזיקע אוילים. דער מענטש, וועלכער האָט אין מיר אָנגעצונדן דעם , פונק", הייסט שלוימע בער- לאָװיטש, ער פארקויפט בילעטן אף צו באָדן זיך אין יאם, אין הערצליע.
דער בילעטן-פארקויפער, שלוימע בערלאָ- וויטש, לוט װי ער האָט דערציילט דעם קאָ-
1
רעספּאַנדענט פון ,האארעץ", איז געװען אין ווילנע דער שטעלפארטרעטער פונעם אָפּטײל פון קינאָפיקאציע פון דער ליטווישער רעפ בליק, און אונטער זײַן אָנפירונג האָבן געאר- בעט 265 מענטשן. אין ייַסראָעל איז ער שױן געווען א טרעגער און א סטאָליער.
נו, איז װאָס! איז עס דען א נײַס פאר די, װאָס זײַנען געקומען פונעם ראטנפארבאנד? װאָס האָט עס באדארפט אזוי אין מיר אָנצינדן דעם ,פונק"? איז האָט א ביסל געדולד. אָט װאָס שלוימע בערלאָװיטש דערציילט װײַטער. נאָך דעם, װי מע האָט זיך דערװוּסט אין וויל- נע, אז ער איז אין דער מעדינע געוען א טרעגער (איידער ער איז געװאָרן א בילעטן- פארקויפער), ,האָבן מיר באקומען פון ווילנע צײַטונגס-אויסצוגן מיט שפּאָט. די ווילנער צלַי טונגען האָבן דעם דאָזיקן פאקט אויסגענוצט פאר זייער פּראָפּאגאנדע: שלוימע בערלאָװיטש, דער געוועזענער שטעלפארטרעטער פונעם אָפּ- טייל פון קינאָפיקאציע אין דער סאָוועטישער ליטווישער רעפּובליק, ארבעט אלס טרעגער אין ייִסראָעל! כ'האָב געשיקט א בריוו צום רעדאקטאָר פון דער צײַטונג, וועלכן איך קען גוט, און כ'האָב אלץ אָפּגעלײקנט!? אזוי גאָר, אָפּנארן! פארפירן אנדערע מענטשן אפן זעלבן אויפן, װי ער אליין איז פארפירט געװאָרן?!
האָב איך באשלאָסן צופאָרן קיין קארמיייל, קעדיי אופהייבן א ביסל דעם פאָרהאנג פונעם לעבן פון די נײַע אוילים, געקומענע פונעם ראטנפארבאנד. עמעס, איינס האָט מיך באומ- רויַקט: פאר א סאך פון די, װאָס ווילן פאָרן קיין ייִסראָעל, װעט מײַן רעפּאָרטאזש ניט זײַן באגלויבלעך. וװען כ'האָב שפּעטער געפרעגט וועגן דעם א נײַעם אוילע, האָט ער לאכנדיק אײַנגעשטימט: ,מע װאָלט דאָס פּאָשעט אָנגע- נומען פאר פּראָפּאגאנדע?. װײַזט זיך ארויס,
אז די מערהײַט פון די, װאָס האלטן אין מיטן לויפן, װעלן זיך שוין ניט אָפּשטעלן בִין זי װעלן זיך ניט אָנשלאָגן מיטן שטערן אין דער וואנט. איך האָב גאָרניט קעגן אימיגראנטן. ווען עס דערהערט זיך אָבער דער ווייגעשריי נאָכן קלאפּ אין שטערן, ווייס איך גוט, אז אזא איז דאָס קאָל פונעם גוירל פון א געוועזענעם סאָ- וועטישן בירגער, װעלכן מע קאָן שוין ניט קומען צו הילף..
אָבער אויך שפּעטער, װען איך האָב שוין אלץ צוגעגרייט צום אָפּפאָרן קיין קארמיַײיל, האָט זיך ניט פארלאָשן מײַן ,פונק". דער בילעטן-פארקויפער האָט מיטאמאָל גענומען אויסזען זייער לעכערלעך מיט זײַן ,אָפּלײקע- נען". אין א פרישן נומער פון דער צײַטונג ;האארעץ? האָב איך זיך אָנגעשטױסן אף א באגרינדעטער באהויפּטונג פון א פּראָפּעסאָר, אז אין א פּאָר יאָר ארום װעלן זײַן אין דעם קליינעם לענדעלע ייִסראָעל אריבער 5 טױזנט איבעריקע ספּעציאליסטן מיט הויכער בילדונג אין אלע געביטן, צװישן זיי 1.500 איבעריקע דאָקטוירים. דער ארבעטס-מיניסטער, אלמאָגי, מעלדעט, עמעס, אז ער האָט זיך פארפליכטעט צו מאכן א ליסטע פון ארבעטסלאָזע ספּעציא- ליסטן מיט גענויער באשרײַבונג פון זייערע מײַלעס און קענטענישן, און די דאָזיקע ליסטע ,װעט געשיקט וערן צו דרײַ טויזנט אונטער- נעמער אין ייִסראָעל, קעדיי יענע זאָלן קאָנען אױיסקלײַבן קאנדידאטן צו דער ארבעט?.
װײַטער שטייט געשריבן: , שוין איצט איז אָנגעגרײט א ליסטע פון 520 אינזשעניערן װאָס איז געשיקט געװאָרן צו 500 אונטערנע- מער, קעדיי ספּעציאליסטן מיט הויכער בילדונג זאָלן באקומען באשעפטיקונג". די אונטערנע- מער, וועלכע נייטיקן זיך אין די דאָזיקע רע- קאָמענדאציעס, װעלן באצאָלן דעם ארבעטס- לוין... פון א פאָנד, װעלכן מע קלײַבט זיך ערשט שאפן,
מע דארף ניט האָבן קיין רײַכע פאנטאזיע, קעדיי זיך פאָרשטעלן, בא װאָס די ספּעציא- ליסטן וועלן ארבעטן, ויאזוי מע װעט קוקן אף זיי און וועלכע עס זײַנען זײיערע פּער- ספּעקטיוון, געבויטע אף א פילאנטראָפּישן פאָנד..,
און דאָ איז נאָך צוגעקומען א פּרעסע-מי- טיילונג וועגן אוילים פון גרוזיע, װאָס האָבן דערקלערט א הונגערישטרײַק אין אשדאָדער פּאָרט. זיי האָבן דאָרט געארבעט אלס טרעגער, און מע האָט זיי אין איין שיינעם טאָג גע- מאָלדן, אז זיי זײַנען איבעריק און זיי דארפן גיין. װײַזט זיך ארויס, אז זיי, די ייִדן פון גרוזיע, פארשטייען גאָר ניט, ויַאזוי מע קאַן ארויסווארפן מענטשן, װאָס לעבן פון ארבעט, אפן גאס,
דעם עמעס געזאָגט, האָט מיך אין אָט דער מינוט א צי געטאָן צו זיי, צו די שטרײַקער, אָנשטאָט צו פאָרן קיין קארמיייל. ווען איך בין שוין דורכגעפאָרן כײַפע, האָט די ראדיאָ גע- מאָלדן, אז טויזנטער גרוזינער ייִדן האָבן פאר- פלייצט אשדאָד. אלס הילף די שטרײקנדיקע, גייען זיי פארמאכן די טויערן פון פּאָרט, און הונדערטער פּאָליציאנטן האָבן זיך ארײַנגע- לאָזט קיין אשדאָד צו באקעמפן די שטרײַקערס און די אָנגעקומענע זיי צו הילף. איך האָב גע- װאָלט דאן מאכן ,, האשיוויינו נאזאד" און אף דער ערשטער סטאנציע אראָפּקריכן. ככבין אָבער ארײַנגעפאָרן קיין קארמיייל,
הײַנט, ווען איך ווארף אָן די דאָזיקע שורעס, קאָן איך פעסטשטעלן, אז עס טוט מיר ניט באנק. דאָס איזן בא מיר א באלערעװודיקער צוזאמענטרעף סײַ מיטן שטעטל און סײַ מיט די דאָרטיקע אײַנװווינער.
נאָך דרײַ שאָ פאָרן בין איך אראָפּגעשטיגן אף דער איינציקער אספאלטירטער, אומבאקאנ- טער גאס. איך בין געבליבן שטיין אליין, אומ- באהאָלפן צװישן נײַע געבײַדעס, ניט זעענדיק קיין לעבעדיקן נעפעש. כ'האָב ניט געװוּסט, בא וועמען און װאָס צו פרעגן זיך אָנפרעגן אף די, װאָס זײַנען אוועקגעפאָרן אָדער ווילן פאָרן קיין קאנאדע, האָב איך ניט געװאָלט. מע ועט מיינען, אז איך בין אן אגענט, װאָס אָרדנט אײַן די עמיגראציע. ווען איך זאָל פרעגן אזא פרא- גע בא א ניט פּאסיקן פּארשוין, װאָלט איין גאָט מיך געקאָנט ראטעווען פון דעם יאם קלאָלעס און עפשער פון עפּעס נאָך...
װוּ זעט מען אָבער א לעבעדיקן מענטשן צו אָנפרעגן זיך כאָטש אף אוילים פון רוסלאנד? דאָס שטעטל, אלץ פון נײַע געבײַדעס, ליגט צװישן די גאלילייער בערג, װי פארכאלעשט, ערגעץ-וווּ זעסטו א פרוי מיט א קינדעריווע- געלע, און זי ווערט גלײַך פארשווונדן צווישן די הײַזער. אומעטום -- בערג מיט ערד און שטיי- נער. א קאָמפּרעסאָר רײַסט זיך אונטער ערגעץ, בויערנדיק דעם פעלדזיקן באָדן. פון מאָל צו מאָל טראָגט זיך דורך א טענדער, זעט אויס, ער פירט אופזעער פון דער בוונג. בא די אראבער, װאָס בויערן און האקן שטיינער אין א טיפער גרוב, װעל איך דאָך ניט פרעגן וועגן אוילים פון ראטנפארבאנד. א מאָדנעם געפיל האָב איך: כאָטש דו זעסט, װי אף די רישטאָ- וואניעס ארבעטן מענטשן (מערסטנטייל ארא- בער) און עס וערן ארויסגעענדיקט נײַע גע- בײַדעס אין א טעמפּ, װאָס כ'האָב פריער זעלטן געזען אין ייִסראָעל, פיל איך, וי איך דריי זיך ארום א פרעמדער. ניט געקוקט אף דעם אָנ- געשטרענגטן פיבערדיקן בויען, עגבערט מיר דעם מיעך א געדאנק, אז דאָס אָרט, װאָס האָט געהערט צו אראבער, וװוערט איצט
פּ
באזעצט, בלויזן קעדיי צו ,פארייִדישן דעם גאָליל".
ענדלעך באגעגן איך א ייִדן -- שוין, װײַזט אויס, א פּענסיאָנער. איך באגעגן אים מיט א פרידלעכן , שאלאָם?" און פרעג אים, װוּ עס וווינען אוילים פון רוסלאנד.
-- פראנסע... -- שמייכלט ער פרײַנטלעך.
ער קען נאָר פראנצויזיש. כ'האָב גענומען קלעטערן אף שמאָלע, גרויע, שמוציקע טרעפּ. און ס'האָט מיר אָפּגעגליקט: א יאטל פון א יאָר צען-עלף האָט מיר אָנגעװיזן אף א טיר און אויך אָנגערופן דעם נומער פון דער דירע, װוּ עס וװווינען מײַנע בניי-איר פון קעשענעו.
2
אף מײַן ניט זיכערן קלאפּ אין טיר האָט זיך דערהערט א רוסישער ,דא!". כ'האָב זיך ארלינ- געשטעלט און געפרעגט אף רוסיש: , איר זײַנט פון קעשענעוו?? דרײַ קעפּ האָבן זיך א שאָקל געטאָן אף יאָ.
איך בין געבליבן שטיין אין א געראמען צי- מער, א ניט לאנג ארויסגעענדיקטן, מיט א סו" פיט, וועלכן איך האָב געפילט מאמעש באם קאָפּ. אין א גרויסער פּוסטקײַט זײַנען געשטא- נען דרײַ אײַזערנע בעטלעך, צוויי -- פעסט איינס צום צווייטן, װאָס האָבן געשאפן, ,וי בא לײַטן", אדאנק דעם איבערדעק, א ,מישפּאָכע- בעט', דאָס דריטע -- באזונדער בא דער וואנט. אף די בעטלעך זײַנען געזעסן די, װאָס שלאָפן אף זיי: אן אלטע פרוי און א פּאַרפאָלק, נאָענט צו די פערציקער. איך אליין בין גע- בליבן שטיין אין ליידיקן צימער. אזוי שטייענ- דיק, האָב איך זיי דערציילט, אז איך זוך א גרוס פון מײַנעם א ברודער, װאָס האָט געװוינט אף קראסנאָיארסקאיא, 7. זיי האָבן מיר גאסט- פרײַנטלעך און הארציק פאָרגעלייגט זייער הילף, ניט געקוקט דערוף, װאָס זיי קענען ניט מײַן ברודער. די פרוי איז אוועק און האָט פון ערגעץ געבראכט פאר מיר א בענקעלע.
דער מאן, אין א העמדל, מיט א לענגלעך פּאָנעם, אף וועלכן די ייַסראָעלדיקע זון האָט נאָך ניט געלייגט קיין סימאָנים, האָט צוערשט געשוויגן. זײַן װײַב, אן ענערגיש װײַבל, װאָס ענטפערט פאר אלעמען, האָט אין קעשענעוו געארבעט אין א פאבריק פון לעדערנע טאשן די אלטע פרוי, די מוטער פונעם װײַבל, איז אן אלמאָנע פונעם צווייטן וועלט-קריג, אין וועלכן עס זײַנען אויך געפאלן אירע צוויי זין.
עס האָט זיך ארויסגעוויזן, אז דאָס פּאָרל האָט געבראכט מיט זיך צויי יינגלעך, װאָס איינער פון זיי איז שוֹין אלט 17 אאָר. דאָס איז אלץ! ניין. מע האָט באדארפט זען
6
דעם שטאָלץ אינעם ענטפער אף מײַן פראגע, װאָס פאר א פּראָפּעסיע עס פארמאָגט דער מאן.
-- איך בין א טקאטש, -- האָט ער זיך פאָרגעשטעלט מיט גײַװע, װי אין ייִסראָעל װאָלט עמעצער געזאָגט, אז ער איז א באנקיר, א דירעקטאָר אָדער, צום ווייניקסטנס, א פּראָ- פעסאָר.
-- מע האָט מיר געזאָגט, אז עס פעלן דאַ וועבער, נאָר ביזן הײַנטיקן טאָג האָט מיך נאָך קיינער ניט ,אויסגעכאפּט?, -- האָט ער צע- פירט די הענט. -- כוץ דעם, צאָלט מען דאָ 2 לירעס א טאָג, ווען א קילאָגראם פלייש קאָסט 0 לירעס. און נאָך איין זאך: װאָס הייסט, מע זאָגט אָפּ פון דער ארבעט? װאָס זשע טוט דאן אזא מישפּאָכע, װי מײַנע! -- האָט גע- שטוינט דער ערשט ניט לאנג געוועזענער סאַ- וועטישער בירגער.
ניט פארשטייענדיק און אומבאװוסטזיניק, האָט ער דעמאַנסטרירט דעם זיגרײַכן פאַרצוג פון דער סאָוועטישער אָרדענונג איבער דער קאפּיטאליסטישער. ער האָט זיך אופגערעגט, ווען איך האָב אָנגעװיזן אף די דרײַ צימערן, וועלכע ער האָט געקראָגן צו װוינען:
-- װאָס מיינט איר, איך האָב אין קעשענעוו ניט געהאט װוּ צו וװוינען? דרײַ צימערן האָב איך אויך דאָרט געהאט, און מיט אלע באקוועמ- לעכקײַטן, און שיין מעבל. נאָר מיר האָבן אלץ פארקויפט פארן פאָרן קיין ייִסראָעל. איר זעט דאָס? -- װײַזט ער אָן אף דעם צודעק איבערן מישפּאַכעיבעט?, -- דאָס האָט מען ניט גע- װאָלט קויפן, האָבן מיר מיט װאָס צו באדעקן דאָס בעט.
װאָס האָב איך באדארפט טאָן? איך האָב אים ניט געקאָנט טרייסטן, אז עס וװעלן פארווירק- לעכט וערן די צוזאָגן און די האָפענונגען. ער טאָר ניט זיצן אפן בעטל און ווארטן אף ניסים. ער דארף פארשטיין, אז ער געפינט זיך אין ייַסראָעל, אין א געזעלשאפט, װוּ פאר עקזיי סטענץ דארף מען קעמפן.
-- װוּ זײַנט איר פריִער געווען מיטן עמעס וועגן אײַער לאנד?! -- האָט א זאָג געטאָן די אלטע פרוי מיט א טײַנע צו מיר, האלב אין שפּאס, אָבער פון טיפן הארצן.
מיטן זעלבן טאָן האָב איך איר געענטפערט:
-- און ווען איך זאָג אײַך דאָס פריִער, װאָלט איר ניט געטײַנעט, אז ס'איז פּראָפּאגאנדע?
אלע האָבן זיך צעלאכט.
עס קניפּט זיך אָן א שמועס וועגן דער אליא פון קעשענעוו קיין ייִסראָעל.
-- דאָס איז אזא מין אָנשיקעניש, א מאגיי- פע, -- זאָגט די מוטער פון די צוויי יונגע זין. -- שטעלט אײַך פאָר, מע הערט, צום בײַ- שפּיל, אז א שאָכן, װאָס האָט געהאט אזא גוטע שטעלע און אן אייגענע מאשין, פארקויפט
אלץ און פאָרט אוועק קיין ייִסראָעל. נאָך דעם דערװיסט מען זיך, אז נאָענטע כאויירים קלליבן זיך אין וועג ארײַן. איז װאָס זאָלן מיר זײַן אנדערש?
דער טקאטש הייבט אָן צו דערציילן וועגן זײַנע רוסישע כאוויירים און וועגן דעם קאָװועד, װאָס זיי האָבן אים אָפּגעגעבן אלס פאכמאן. ער האָט ניט געהאט קיין דײַגעס פאר עקזיס- טענץ, זײַנע קינדער האָבן זיך גוט געלערנט. עמעס, ער האָט א טײַנע, פארװאָס מע האָט אין קעשענעוו געארבעט ,סובאָטניקעס? און אמאָל א טאָג פאר וויעטנאם.
דאָ מישט זיך ארײַן זײַן פרוי:
-- װאָס װילסטו? ווען א מענטש, װאָס ארבעט אין ייַסראָעל פון 7 אינדערפרי ביז 7 אין אָװנט טאָגטעגלעך -- פאר 40 לירעס א טאָג, קעדיי צו קענען אויסהאלטן זײַן מישפּאָכע, ווען ער װאָלט געהאט אזעלכע ,סובאָטניקעס" אמאָל אין א פּורים, װאָלט ער זיי אופגענומען מיט פרייד.
דער טקאטש קלאָגט זיך װידער, אז מע האָט אים געזאָגט, מע װעט אים אין ייסראָעל , אויס- כאפּן". די אלטע מוטער איז פארביטערט, װאָס מע גיט איר פּענסיע בלויז 206 לירעס א כױי- דעש, ;װאָס דאָס קאָן קלעקן פאר וואסער אף קאשע". זי דערציילט מיר, אז פאר 10 לירעס איז אין געוועלב ניטאָ װאָס צו קויפן. זי, װאָס האָט אין קעשענעוו געקראָגן א פּענסיע אלס אלמאַנע פונעם קריג און נאָך פאר די לאנגע יאָרן ארבעט, זי האָט געקאָנט זיך אויסלעבן אירע יאָרן אין רוסלאנד. נאָר זי האָט ניט געקאָנט בלײַבן אליין אף דער עלטער. איצט וועט זי זײַן א לאסט אף די פּלײצעס פון איר טאָכטער און פונעם איידעם.
זיי האָבן געווארט, איך זאָל זיי דערקלערן, װאָס עס האָט מיט זיי געטראָפן און װאָס עס שטייט זי פאָר, געווארט אף אן אייצע, װאָס זיי דארפן טאָן. איך האָב ניט געוואגט צו אָנ- מאָלן דאָס בילד, װאָס עס ווארט אף דעם גע- וועזענעם שטאָלצן סאָװעטישן וועבער דאָ, אין ייִסראָעל...
3
ווען איך האָב פארלאָזט די קעשענעװער מישפּאַכע, האָב איך זיך פּונקט װי באפרײיט פון א שווערן אומעט. און נאָך האָב איך גע- האט א געפיל -- די מענטשן זײַנען געבליבן אפן וואסער... דער זייגער האָט געוויזן, אז איך בין געזעסן בא מײַנע אמאָליקע בניי-איר ארי- בער דרײַ שאַ. ,און װאָס איז מיט די, װאָס פאָרן קיין קאנאדע?" -- האָב איך זיך אליין געצוװוּנגען אומצוקערן זיך צו דעם ציל פון מײַן פאָרן קיין קארמיייל,
וועגן די ,קאנאדער" האָב איך א פרעג גע- טאָן א מענטשן, וועלכער ווייסט אלץ, װאָס עס קומט פאָר אין שטעטל. געװוען איז דאָס דער באלעבאָס פונעם איינציקן בופעט-רעסטאָראן אין קארמיייל,
אפן אייבערשטן שטאָק זײַנען געשטאנען טישלעך, די קליינע לויפנדיקע אויגן אפן אויס- געפּאשעטן קײַלעכדיקן געזיכט פונעם באלע- באָס האָבן ניט געקוקט פּאָשעט אזוי זיך, זיי האָבן מיך אונטערגעײַלט צו באצאָלן װאָס פריער פאר מײַן מיטיק. װען דער באלעבאָס האָט זיך אוועקגעזעצט קעגניבער און גענומען רײַסן, ניט קײַען, די װוּרשטלעך און אײַנשלינ- גען דעם בארג מאקאראָנען, האָב איך זיך פאָר- געשטעלט אלס קאָרעספּאָנדענט פון א ייַדישער ארגענטינער צײַטונג. דער עפעקט פונעם װאָרט ;ארגענטינע" איז געווען פארשטענדלעך. אָבער זײַן האנט מיטן גאָפּל איז געבליבן פארגלי- ווערט אינדערלופטן, ווען איך האָב אים פאָר- זיכטיק א פרעג געטאָן וועגן די ,קאנאדער?
-- דאָס איז אלץ פּראָפּאגאנדע! עס איז גאָר- נישט ניט געשעף -- האָט ער א רוק געטאָן צו מיר מיטן גאָפּל. -- שולדיק אין דעם זײַנען בלויז די זשורנאליסטן, איר פארשטייט?
איך האָב אים שוין ניט אָפּגעלאָזט, און ער האָט גענומען באשולדיקן די אוילים פון רוס- לאנד: װאָס מע גיט זיי, איז װינציק: זיי ווילן ניט ארבעטן, װי יעדער איינער און בא װאָס עס מאכט זיך. ער האָט גענומען זיך אליין לויבן, ער איז געװען אן אָנגעשטעלטער אין צאָליאמט און נאָך אף אנדערע רעגירונגס-שטע- לעס, ביז מע האָט אים געגעבן די דערלויבע- ניש אף דעם"אָ איינציקן רעסטאָראן-בופעט אין קארמיייל (פאר וועלכע פארדינסטן?). ווען איך האָב אים דערמאָנט, אז דרײַסיק מישפּאַכעס, אוילים פון רוסלאנד, האָבן דאָך עמיגרירט קיין קאנאדע, און זיכער ניט פון טײַנעג וועגן, האָט ער זיך צעקאָכט.
-- װער זאָגט, אז בלויז דרײַסיק מישפּאַ- כעס? -- האָט ער געשריען. -- אריבער דרי הונדערט מישפּאָכעס האָבן שוין פארלאָזט קאר- מיַייל!
אן אופגערעגטער, האָט ער גענומען דער- ציילן, אז ניט נאָר פאר אנטוישטע אוילים פון ראטנפארבאנד איז דאָס שטעטל אן אומגליק, פון וועלכן מע אנטלויפט. אויך ייסראָעל-אלינ- ווינער, װאָס קומען זיך אײַנאָרדענען אין קאר- מיַייל, אנטלויפן פונדאנען. נאָר װאָס דען? מע האָט קײינמאָל ניט אופגעהויבן אזא געשריי און געפּילדער, וי ארום די עטלעכע צענדליק מיש- פּאָכעס ,קאנאדער?
-- איך בין זיכער, אז דאָס מאכט מען ספּע- ציֶעל, -- האָט ער זיך אָנגעבויגן צו מיר, -- די סאָנים ווילן, אז עס זאָל דערגיין צו די ייִדן
7
קיין רוסלאנד. יאָ, דאָס ווילן זיי! און ער איז שולדיק אין דעם? -- האָט ער געפרעגט און װי א װאָרף געטאָן מיר אין פּאָנעם. -- די זשור- נאליסטן! זיי זײַנען אין דעם אלעמען שולדיק. זי זוכן סענסאציעס. װאָס עס קומט ארויס דערפון, ארט זיי ניט, -- האָט ער שוין געטײַ-
זען א פּאָרפאָלק אין די מיטעלע איאָרן, װאָס האָט זיך אויסבאהאלטן פון דער ברענענדיקער זון. איך האָב זיי באגריסט מיט א ברייטן , שא" לאָם", א פרעג געטאָן: ,אָטקודא?? און זיי דער- ציילט, פונוואנען איך שטאם. די פרוי האָט גע- ענטפערט, אז זיי זײַנען פון אָדעס, און קעדיי
די דק"חה פראקציע אין כנסת פאדערט צו אנולירן די העכערונג פון דירה-געלט
עולים פירן הונגער-שטרייק אין קליטה-צענטער פון נהריה
טן אינדערפרי האָבן זיבן מש" = 2 פון צולים * אַקאָדעמיקער, װאָס ב יק
אי
האָס שוין אין דער געגנט באַו עג א 0 * יי
אויף באָדגס, זיינען די פרייזן אויף דירות
.} רורכגװפנישלקר,, גקונשפט אױף :407.
וע.עברָאס=
שכר-לימוד אין די מיטלשולן / }
געשטיגן מיט 22 פּראַצענט
ְּ הל הילן וגסות, פין. וועלבע מען װערט באַ- : 7 *. פהוסן א
גע לעבער
א : געקמען פן האלו 4 8. אַרטַי יכ א הוגיײי : אסט-טאר" פַן א ליועלשאפטלעכע ער פון 4 בין 9 יע יי י ; זאָס אויה .." יל פרײויקאמיט.. ה עכ עוט ד 2 ער אין א לגר ;8 קצם רירט ייר לאטש יי *ד פו פאל... ענט גע : איז קראפט זי" אק פיי אנליי"" 5 דער .2 ההיי.?. יעלרי צי., אל יז ... א אע ארטיקלען ; = ; זענצן אר"? ,, - סאַריפ | יודן צונאבלן - . ענערטע. וו ראה וט = 800 שפּייזדארטיקלען טייערער - +- אי א א ע פון 0: יא = א געווארן איו דעם פארגאנגענעם יאָר ן | אט זר = | דינוי רן די אָר מאן זענעך גצעטיגן רין אױך אי הרש יאנואה, ה" א" = ארארע 5 ו : יי אפאָסט * קאר וקיזאַכז וי --י פון אן ארך 800 שפײז - אר" | האָבן זיך באַװיון סימנים פון א טע;. זיין ות ן ן מז א7 ,רער מ ר יי א האס האלו פארק"אי אי ואיך פו הצרארן דרי אר"ט יי א אש יוג בי 5 +- {; אנורית. פ"' | די פארט די מכולת - געשעפטן אױך פלייש | שפײז - פּראָדוקטן. -פּראָדוצענטן ט. בלץ.. + | תב -. איה 18 אנ ארמ | די פא( אן גרינס. די. שפיז - פּראַדוקטן | פרחוז העכערו די פֿרײַזז. נישט תאז + 8י. .7" |
איסשניטן פון דער ייִסראָעלדיקער פרעסע
די מישפּאָכע לעבט אין גרױס ענגשאפט, 14 מענטשן אין צװיי צימערן. מיר זעען א טײל פון דער מישפאַכע אפן טראָטואר.
נעט אף א קאָל, אז אלע בא די טישלעך זאָלן הערן.
ווען איך האָב שוין געהאלטן באם אװועקגיין, האָט ער מיר נאָכגעשריִען:
-- אין אלע צאָרעס זײַנען שולדיק די זשור- נאליסטן!
איך האָב זיך געלאָזט זוכן אוילים אין אול- פּאן, װוּ זי לערנען די שפּראך -- העברעיש. פאר דער אָנגעװיזענער געבײַדע האָב איך דער-
8
צו די געשעענישן אין אשדאָד: דעמאָנסטראנטן פון די גרוזינער אוילים פארהאלטן די לאסט. אװטאָמאָבילן, װאָס גײען אין פּאָרט.
מיר צו אימפּאָנירן, האָט זי אויסגערעכנט, אז פון אָדעס ביז קעשענעוו איז צו פאָרן אינ- גאנצן דרײַ שאָ. זי האָט דערמיט געװאָלט מיר דערװײַזן, אז מיר זײַנען ,געווען נאָענטע שכיי- נים".
פונעם געשפּרעך האָט זיך ארויסגעוויזן, אז דער מאן ארבעט אין כײַפע אף א זאװאָד, פאָרט דרײַ שאָ אהין און צוריק און פארדינט קוים אף צום לעבן. זיי האָבן איבערגעלאָזט
אין אָדעס קינדער און פרײַנט, און דאָ זײַנען זי עלנט. ניט נאָר דער פארדינסט איז א קליי- נער -- די אטמאָספער איז א פרעמדע..
-- מיר קאָנען זיך ניט צוגעוווינען צו דער אומפרײַנטלעכקײַט און צו דעם אומקולטורעלן לעבן, -- האָט די פרוי געטײַנעט. -- אין אָדעס האָבן מיר איבערגעלאָזט אזא הארציקן קרײיז פון פרײַנט און אזא רײַכע קולטור, -- האָט זי אָפּגעזיפצט און עטלעכע מאָל איבערגעכא- זערט: -- זייער שװוער, עס איז ניטאָ מיט װאָס צו אָטעמען.
איך האָב זיך אָנגעפרעגט וועגן אנטיסעמי- טיזם אין ראטנפארבאנד. די פרוי האָט מיטא- מאָל געביטן איר פרײַנטלעכן שמייכל און ניט היימלעך א קוק געטאָן אף איר מאן, װאָס האָט אראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ, ניט װעלנדיק, װײַזט אויס, זיך טרעפן מיט איר בליק.
-- אנטיסעמיטיזם! -- האָט זי בײַסיק מיך איבערגעפרעגט. -- מיר האָבן דאָס ניט בא- געגנט. כוליגאנעס זײַנען אומעטום פאראן אָבער אזעלכע ראסיסטן, װוי איר זײַנט, איז אין סאָװעטישן אָדעס ניטאָ. א גרויזאמע מע- דינע מיט ראבאָנים, װאָס פאָדערן פון מיר זיך אָפּצוזאָגן פון זיך אליין. איך, אן אטעיסטקע, זאָל נעמען דאוונען, גלייבן אין גאָט. צוליב דעם צווינגען זיי מיך מאכן בארבארישע זאכן, וי טויוולען זיך אין מיקווע. אזוינס איז ניטאָ דאָרטן, אין ראטנפארבאנד. יאָ, איך בין א גױע! -- האָט זי מיר געװאָרפן אין פּאָנעם, טײַטלענדיק אף זיך, אינגאנצן א צעפלאמטע, -- כ'גלייב ניט אין גאָט און װעל ניט אָנעמען קיין געזעצן פון ראבאָנים!
איך האָב זי א פרעג געטאָן, צי מע שלאָגט זי פאָר צו פאָרן קיין קאנאדע ארבעטן אין די וועלדער. זי האָט זיך סארקאסטיש צעלאכט:
-- אונדז? פאָרן אין די װעלדער? מיר זיי- נען דאָך צו אלט אף דעם. מיר װאָלטן אויך ניט געפאָרן, ווען מע לייגט אונדז פאָר. װי עס זאָל ניט זײַן, זײַנען מיר דאָ נאָענט צו אונדזע- רע קינדער און צו אונדזער פּרעכטיקן אָדעס, -- האָט זי געשלאָסן אונדזער געשפּרעך.
4
אין ביוראָ פון אולפּאן האָט מיך אופגענומען א שטײַפע, זעלנעריש אויסגעמושטרירטע יונ- גע פרוי. די , אינפאָרמאציע", װאָס זי האָט מיר געגעבן וועגן די אוילים, וועלכע לערנען אין אולפּאן, איז געװען: נאָך דעם, וי זיי ענדיקן לערנען, קריגן זיי. גלײַך דירעס, װווּ זיי ווילן, מיט אלע באקװעמלעכקײַטן, און, זעלבסטפאר- שטענדלעך, אויך ארבעט, וועלכע זיי ווילן נאָר. זי האָט דערבײַ אפילע ניט א פּינטל געטאָן מיט
אן אויג און ניט אָפּגעװישט איר סאכארין- אָנגעשטעלטן שמייכל. איךך האָב זי בא- דאנקט און אָנגעקלאפּט אין טיר פון אן אומבאקאנטן אימיגראנט --פון די ספּעציא- ליסטן. איך האָב אופגעעפנט די טיר און בין געבליבן שטיין.. פּאָשעט ניט געקאָנט גײן װײַטער. דער טיש, הארט בא דער טיר, איז געשטאנען אינמיטן צימער צװישן צוויי בעט- לעך און איבערגעלאָזט בלויז א שמאָלן דורכ- גאנג. אין דורכגאנג איז געזעסן, אָנגעשפּארט אין בעט, א מענטש. כ'האָב געמיינט, אז איך האָב אים אופגעװועקט פון שלאָף. ער האָט מיך געפרעגט, מיט װאָס קאָן ער מיר דינען. הערנ- דיק, אז איך בין א זשורנאליסט, האָט ער מיך געבעטן זיך זעצן.
ער האָט זיך ניט אופגעהויבן, בעשאס איך בין ארײַן. זיצנדיק מיט באָרװעסע פיס, האָט ער אפּאטיש, וי ניט ווילנדיק, געענטפערט אף מײַנע פראגעס. אף דער ערשטער פראגע, צי ער לערנט העברעיש, איז געקומען אן ענטפער, אז ער װוינט דאָ אלס אוילע שוין אריבער א יאָר און אז ער ארבעט.
-- בא װאָס ארבעט איר?
-- בא א בעקער, --האָט ער ניט וילנדיק געענטפערט.
אין געשפּרעך האָב איך אים א ביסל דער- ווארעמט, און ער האָט מיט פארביטערונג מיר דערציילט, אז בא א בעקער האָט ער געארבעט פריער, נאָר יענער האָט אים נידערטרעכטיק אָפּגענארט. פאר די צוגעזאָגטע 25 פונט א טאָג האָט ער געארבעט וויפל ס'האָט זיך געפאָ- דערט --אמאָל 10 און אמאָל אפילע 12 שאָ א טאָג, אָבער ווען ער איז, נאָך זעקס װאָכן אר- בעט, געקומען בעטן געלט, האָט דער באלעבאָס אים געגעבן 20 פונט א טאָג.
-- כ'האָב אים געזאָגט, אז כ'וויל בעסער שטארבן פון הונגער, נאָר בא אזא שווינדלער װעל איך ניט ארבעטן!..
איצט איז דער אוילע א נאכט-וועכטער אין כײַפע. װווינען װוינט ער אין אולפּאן, אין קאר- מיַייל. ער האָט שוין געארבעט אף עטלעכע ערטער, און װי אלע סאָוועטישע מענטשן, האָט ער ארױיסגעטראָגן די פראגע:
-- װאָס הייסט, מע זאָגט אָפּ פון דער אר- בעט און מע ווארפט ארויס א מענטשן אֹף דער גאס? כ'האָב אין דער היים געארבעט אֹף א זאװאָד אכצן יאָר, האָט דען דער דירעקטאָר כאָטש אף איין טאָג געפּרװוט פארגעסן צו זאָרגן זיך וועגן מיר? דאָ אָבער טראכט יעדע- רער וועגן זיך אליין, -- האָט ער פארװונדערט צעפירט מיט די הענט.
עס איז געקומען צו רייד, אז פיל אמעריקא- נער, אנטוישטע פון ייִסראָעל, פאָרן צוריק קיין אמעריקע, און די, װאָס האָבן פארלאָזט דעם
9
סאָוועטנפארבאנד, קאַנען דאָס ניט טאָן. דאַ האָט דער מאן זיך פּלוצעם אָנגעצונדן:
-- איך זאָל פאָרן צוריק?! כוועל בעסער שטארבן, נאָר צוריק פאָר איך ניט, -- האָט ער געטײַטלט אין דער לופט מיטן פינגער, וי געשוווירן.
-- פארװאָס? -- האָב איך זיך צוגעגרייט צו אן אנטיסאָוועטישער אטאקע.
-- װאָס הייסט פארװאָס? -- האָט ער זיך גע- װוּנדערט אף מײַן פראגע. -- פּאָשעט פאר בו" שע! אזא כארפּע פאר די כאוויירים, מיט וועל- כע כ'האָב געארבעט. זיי האָבן מיך דאָך גע- בעטן, אָפּגערעדט פון פאָרן אין קאפּיטאליס- טישן ייַסראָעל, און איצט על איך זיך אומ- קערן צו זיי נאָך דעם, וי כ'האָב געפײַפט אף זיי?..
ווען איך בין ארײַן אין אװטאָבוס, האָט זיך צו מיר צוגעזעצט א מאן פון אריבער די פופציקער, לויט אלע סימאַנים אן אלטער טוי- שעוו -- די זון פון ייִסראָעל האָט צענדליקער יאָרן געבראָטן זײַן געזיכט.
-- איר װוילט וויסן וועגן די, װאָס פאָרן קיין קאנאדע?--- האָט ער גלײַך א פרעג געטאָן.
ס'האָט זיך ארויסגעוויזן,. אז ער האָט גע- הערט מײַן געשפּרעך מיטן באלעבאָס פונעם רעסטאָראן. ער האָט דערציילט, אז די, װאָס האָבן כאסענע געהאט מיט רוסישע פרויען, זײַנען מערסטנטייל די קאַרבאַנעס צו פאר- שקלאפן זיך אף צו ארבעטן אין די קאנאדער וועלדער. ער האָט געהאט צו טאָן מיט אזא מישפּאָכע. ער איז געווען פארינטערעסירט, אז זי זאָל בלײַבן און זיך אײַנאָרדענען אין ייַס- ראָעל. דער מאן פון דער דאָזיקער מישפּאָכע איז געווען גרייט, זײַנע צוויי זין זאָלן דורכגיין דאָס מאלע-זײַן, און די פרוי, א רוסישע, איז געווען גרייט דורכגיין אלע פּראָצעדורן, װאָס די ראבאָנים װעלן פאָדערן פון איר. נאָר די ראבאָנים האָבן ארופגעלייגט אזעלכע שווערי- קײַטן, אז נאָך איידער מע האָט זיי אָנגעהױבן ארײַנפירן אין , ייִדישקײַט", האָבן זיי גענומען און אנטלאָפן.
-- שרײַבט דאָס אָן, און זאָלן אלע ויסן וועגן דער לאגע פון אזעלכע מישפּאָכעס. זאָל מען זען, ויאזוי אונדזער רעגירונג מיט אירע ראבאָנים נעמען אוף די אוילים פון רוסלאנד. -- האָט ער צו מיר געזאָגט, שטייענדיק שוין באם ארויסגאנג.
5
איצטער ווייס איך שוין, פארװאָס כ'האָב באגעגנט בלויז ארבעטער אין קארמיייל: אין די פארװואָרפענע ,לעכער", אזעלכע, וי דאָס
10
דאָזיקע שטעטל, שיקט מען ארבעטער, געקו" מענע פונעם ראטנפארבאנד. איצט, ווען מע האָט מיר אלץ דערקלערט, האָב איך ערשט געלייגט אכט אף דעם, װאָס שימען גורעוויטש, א ספּעציאליסט א מעטאליארבעטער, האָט גע- זאָגט דער קאָרעספּאַָנדענטקע פון ,האארעץ": ,..איך ארבעט פון 7 אינדערפרי ביז 7 אָװנט. די סאָכנוט האָט מיר צוגעזאָגט גאָלדענע בערג. איצט איז ניטאָ מיט וװועמען צו ריידן. איך ווייס װאָס צו זאָגן, אָבער כ'ווייס ניט וועמען עס זאָגן. די סאָכנוט האָט מיר פאָרגעשלאָגן א דירע אין קיריאט-ישמאָנא (אויך אן ענלעכע ,לאָך"), אָבער דאָרט איז דאָך ניטאָ קיין מע- טאל-אינדוסטריע"..
וועגן די געקומענע פונעם סאָוועטנפארבאנד ספּעציאליסטן װעל איך געבן בלויז צוויי אויס- צוגן פון דער בורזשואזער צײַטונג ,האארעץ", קעדיי צו דערגאנצן מײַן רעפּאָרטאזש.
עס רעדט זיך וועגן איינעם א וויסנשאפטלער פון מאָסקװע, אן אינזשעניער, א גרויסן ספּע- צלאליסט לויט אװטאָמאטיק. ער איז געקומען אהער, װײַל זײַן פרומער פאָטער האָט געװאָלט שטארבן אין ייִסראָעל. דאָס, װאָס ער און זײַן פרוי זײַנען געשיקט געװאָרן ארבעטן, ווּ זי פעלן איבערהויפּט ניט אויס, און די ביוראָ פאר אופנעמען אוילים האָט באצאָלט זייער לון, איז דאָך ניט קיין נײַס. נאָר אָט װאָס: ער האָט אָנגעהױבן צו באזוכן פאבריקן, װאָס ארום טעל- אוויוו און פּעטאך-טיקווע, און פאָרגעשלאָגן זײַן באדינונג...
,דער ויסנשאפטלער האָט צוגעשטעלט פּראָיעקטן דער ביוראָ פון אופנעמען אוילים אפן געביט פון אװוטאָמאטיק -- איז אף די פאָר- שלאָגן אפילע ניט געקומען קיין ענטפער. אנ- דערע פאָרשלאָגן פון אוילים:וויסנשאפטלער אין געביט פון מעדיצין און קינאָיאינדוסטריע האָבן געהאט דעם זעלבן סאָף. אלע פּראָיעקטן, װאָס זײַנען צוגעשטעלט געװאָרן דורך אוילים- וויסנשאפטלער, זײַנען אָנגעקומען און אוועק- געלייגט געװאָרן אף דעם בארג אקטן בא די אָנגעשטעלטע פון דער אָבסערבאציע-ביוראָ..*
אויסצוג נומער צוויי:
,דער צוזאמענפאָר פונעם פארבאנד פון אוי- לים פון סאָוועטנפארבאנד איז ארונטערגעריסן געװאָרן נעכטן (ווץ 20) זעקס אזייגער נאָך מיטיק איבער דעם שטורעם פון פארביטערונג פון די דאָזיקע אוילים. אין דער צײַט פון דער דיסקוסיע איז געשטאָרבן פון א הארץיאטאקע איינער פון די דעלעגאטן, אלעקסאנדער דרוס, וועלכער איז געווען אין סאָוועטנפארבאנד אן אָנפירער פון א ליאלקע-טעאטער. דאָס איז גע- שען עטלעכע מינוט פאר זײַן ארויסטרעטן. די מענטשן, װאָס זײַנען געזעסן לעבן אים, האָט ער געזאָגט, אז ער װויל דערציילן די דעלעגאטן
וועגן די צאָרעס, װאָס האָבן אים געטראָפן אין ייִסראָעל. לוט זײַנע רייד, איז ער געווען גע- צװוּנגען צו זײַן א נאכט-שוימער, ניט געקוקט דערוף, װאָס מע האָט אים צוגעזאָגט א טעא- טער... פאר זײַן ארויסטרעטונג איז אלעקסאנ- דער דרוס ארויס אין קאָרידאָר און דאָרט געשטאָרבן.
איך װעל ניט איבערכאזערן די ציפערן וועלכע כ'האָב שוין געבראכט וועגן דער גרוי- סער ארבעטסלאָזיקײַט פון ספּעציאליסטן, וועל- כע דערווארט זיי אין די קומענדיקע יאָרן. דאָס האָט אויסגעפאָרשט א רעגירונגס-קאָמיסיע אין שפּיץ מיטן פּראָפּעסאָר רעפאָעל טריפאן. פאר- שטענדלעך, אז אף דער ציעניסטישער באווע- גונג װעט דער דאָזיקער פאקט וויניק װאָס ווירקן און זיי וועלן װײַטער טאָן אלץ, קעדיי צו ברענגען נײַע אוילים, און צווישן זיי אויך א סאך ספּעציאליסטן, קיין ייִסראָעל. אָבער די בילדער, װאָס כ'האָב איבערגעגעבן, זײַנען בלויז איין זײַט פון דער מאטבייע. עס איז פאראן א צווייטע זײַט: א טייל פון די ספּע- ציאליסטן אָרדנט מען אײַן אין אוניווערסיטעטן און אף אונטערנעמונגען. דאָ און דאָרט באקו- מען אייניקע ארבעט. אפילע מוזיקער האָט מען אײַנגעאָרדנט: געשאפן אָרקעסטערס, ספּעציִעלע אנסאמבלען און פארברייטערט די עקזיסטירנ- דיקע. ס'איז אַבער אן אונטערשייד, צי פּראָ- פעסאָרן אין אוניווערסיטעט און אינזשעניערן אף אונטערנעמונגען, אָדער מוזיקער װוערן בא- שעפטיקט, ווען מע דארף זיי טאקע, אָדער דאָס איז קינסטלעך געשאפענע, דורך פילאנטראָפּיע, באשעפטיקונגען.
די דאָזיקע דערשײַנונג ברענגט צו דעם, אז פאר דער ייִסראָעל-יוגנט װוערט שווערער דער וועג צו די ערטער, װוּהין מע שיקט די נײַע אוילים. מע דארף נעמען אין באטראכט, אז ייִסראָעל איז א קליין לאנד, װאָס איז ניט אויס- געוואקסן אף אזויפיל, קעדיי אופצונעמען אזא
שטראָם פון אוילים -- ספּעציאליסטן און קינסט- לער. דער פאקט, װאָס א העלפט פון זיי, װאָס האָבן געענדיקט מעדיצין אין 1972, האָבן גע- מוזט פארפולן בלאנקען פון אמעריקאנער שפּי טאָלן, קעדיי צו פאָרן אהין ארבעטן, װײַל אין ייַסראָעל זײַנען די שפּיטאָלן איבערפולט, -- איז דאָך אײינצײַטיק א טראגעדיע פאר דער צו'" קונפט פון די ייִסראָעלדיקע סטודענטן-מעדיקער.
קיין ייִסראָעל זײַנען געקומען בא 400 מוזי- קער! עטלעכע אויסגעצייכנטע מוזיקער האָט אופגענומען דער פילהארמאַָנישער אנסאמבל, די ראדיאָ האָט אופגעבלאָזן און פארדאָפּלט איר מוזיקאלישן אנסאמבל ---אפן כעזשבן פון סאָכ- נוט און די ייסראָעל-בירגער. עס זײַנען גע- שאפן געװאָרן פארשיידענע אָרקעסטערס. איז דען ניט פארשטענדלעך די פארביטערונג פון דער ייִסראָעל-יוגנט, װאָס לערנט אין דער מו- זיקיאקאדעמיע?
דאָס זעלבע איז מיט דער יגנט, וועלכע לערנט אף אלע אנדערע געביט. סאיז קיין סאָד ניט, אז טויזנטער ייִסראָעלדיקע יוגנט- לעכע, װאָס האָבן געענדיקט דעם פּאָליטעכני- קום אלס אינזשעניערן אָדער ארכיטעקטאָרן, זײַנען נאָך פריִער, ניט האָבנדיק קיין באשעפ- טיקונג אין ייִסראָעל, ארויסגעפאָרן קיין אויס- לאנד. איצט איז די פראגע פון זײיער צוי קונפט אין ייִסראָעל נאָך מער פארשארפט געװאָרן.
די רעגירונג און די ציעניסטישע פירער טוען אלץ, אז די סאָוועטישע ייִדן זאָלן ניט וויסן דעם עמעס, די ווירקלעכע לאגע, װאָס הערשט אין ייִסראָעל. מוז מען טאקע מיט אלע מיטלען װאָרענען, אז יענע סאָוועטישע ייִדן, וועלכע ווילן פאָרן קיין ייַסראָעל, װעלן זיך אליין אָפּי נארן, אויב זיי װעלן טײַנען, אז דער דאָזיקער עמעס איז , פּראָפּאגאנדע". איינס דארפן זי געדענקען: די טויערן זײַנען אָפן קיין ייִסראַעל און פארמאכט אף צוריק.
דאַװיד דאָברושין
גווארדיע-פּאָלקאָװניק, געוועזענער קאָמיסאר פונעם 3-טן גװארדיייַשן קאוואלעריסטישן קאָרפּוס
קורצע נאָטיצן ארום א רײַזע קיין ייִסראָעל
יין ייִסראָעל זײַנען מיר געפאָרן לויט דער א פון דער דאָרטיקער פרײַנטי שאפט-באוועגונג מיטן סאָוועטנפארבאנד. אין באשטאנד פון דער דעלעגאציע זײַנען געװוען: געאָרגי וואסיליעוויטש איוואנאָוו -- דעקאן פון דעם יורידישן פאקולטעט פונעם מאָסקװער מע- לוכע-אוניווערסיטעט (אָנפירער פון דער דע- לעגאציע), ראמאיוס לעאָנאָװיטש פּעטראָוי סקאס -- פאָרזיצער פונעם ליטװוישן פארבאנד פון די פרײַנטשאפט-געזעלשאפטן מיט די פעל- קער פון אויסלאנד, און איך.
אין ניקאָזיע האָט א מיטארבעטער פון דער סאָוועטישער געזאנדשאפט אונדז געהאָלפן דורכמאכן די פאָרמאליטעטן אף דער טאמאָזש- ניע, און ער האָט אונדז באגלייט אף א קיפּרישן אעראָפּלאן קיין ייִסראָעל.
און דאָך זײַנען מיר געווען אומרויק. צי האָט מען באוויזן צו וויסן געבן די פרײַנט אין ייס ראָעל וועגן אונדזער קומען? און טאָמער ניט? װוּ װועלן מיר זיי זוכן? נאָר אָט נידערט אראָפּ אונדזער אעראָפּלאן, מיר גייען ארויס אפן פלי- פעלד. ס'איז שרעקלעך הייס, קימאט וי אין ניקאָזיע, װוּ מיר האָבן זיך געפילט וי אין א שװויץ-באָד. גלײַך פאלן מיר ארײַן אין די פרײַנטלעכע אָרעמס פון אונדזערע כאויירים. אין אעראָװאָקזאל פארהאלטן מיר זיך עט- װאָס -- מע קאַנטראָלירט דורך אונדזערע זאכן, און מיר זײַנען אף דער טעריטאָריע פון ייָס- ראָעל.
מײַנע ערשטע געדאנקען: איך טרעט אף דער ערד פון ייִסראָעל. נאָך אין דער קינדהײַט, אין כיידער האָב איך וועגן אָט דעם לאנד גע- לייענט אין כומעש, און אין זיקאָרן איז פאר- בליבן א געמיש פון װוײַטע אסאָציאציעס. װאָס שטעלט מיט זיך פאָר די מעדינע איצט? אף דער גאנצער װעלט מערקט זיך א לינדערונג פון דער אָנגעשטרענגטער אטמאָספער, עס איז געװאָרן לײַכטער צו עטעמען, און דאָ, אפן נאָענטן מיזרעך, איז ניט פאָרגעקומען קיין שום ענדערונג, יעדן טאָג קאָן זיך ווידער אָנהייבן א מילכאָמע...
ווען מיר האָבן זיך געקליבן פאָרן קיין ייָס- ראָעל, האָט מען אונדז געזאָגט, אז מיר װעלן
12
דאָרט באגעגענען א סאך אופריכטיקע פרײַנט פון פססר. יאָ, דאָס איז עמעס, מיר האָבן אפילע ניט דערווארט, אז זייער צאָל איז אזוי גרויס. וועגן אלעמען װעט זײַן לאנג צו דערציילן כ'וועל פּרוּוון אָנרופן בלויז אייניקע פון זיי.
דער גענעראליסעקרעטאר פון דער געזעל- שאפט פון פרײַנטשאפט מיטן סאָוועטנפארבאנד איז דער אדװאָקאט אװראָם מעלאמעד. ער איז אומדערמידלעך, אָרגאניזירט, זײַנע ארויסטרע- טונגען זײַנען שטענדיק אינהאלטרײַך, צילגע- ווענדט, טעמפּעראמענטפול. שטעלפארטרעטער פונעם פּרעזידענט איז דער 75יאָריקער, ביז גאָר יונגער לויטן כאראקטער מישע איידעל- בערג --א פּאָפּולערע פיגור צװוישן די ברייטע פאָלקסמאסן אין דער מעדינע. אונדזער שטענ- דיקער באגלייטער און איבערזעצער איז געווען אװוראָם נוימאן א קלוגער, ערנסטער, קולטו- רעלער מענטש.
עס װעלן זיך פארגעדענקען די ענערגישע, פּאטרי;אָטישיגעשטימטע פרויען -- שאָלעםיקעמ- פערנס, אזעלכע וי אלא גערשקאָװיטש, רוט ליוביטש, אלא בערקער, יאָפע גאוויש און אנ- דערע.
אונדז זײַנען זייער געפעלן געװאָרן די יונגע אקטיוויסטן, וועלכע האָבן אונדז ארומגערינגלט. צווישן זיי זײַנען געווען סײַ ייַדישע, סײַ ארא- בישע יוגנטלעכע. די צוקונפט פון ייַסראָעל הענגט אָפּ פונעם נײַעם דאָר. מיר זײַנען געווען אנציקט פון דער געװאגטקײַט פון די יונגע קאָמוניסטן גאָראָן און גאדי. אלס פּראָטעסט קעגן דער אגרעסיווער פּאָליטיק פון דער ייס" ראָעלדיקער רעגירונג האָבן זיך גאָראָן און גאדי אָפּגעזאָגט דינען אין דער ארמיי אף דער אָקופּירטער טעריטאָריע. מע האָט זיי ביידן ארעסטירט און איבערגעגעבן אין געריכט. אדאנק די פּראָטעסטן פון דער פּראָגרעסיוער געזעלשאפּטלעכקײַט איז די מיליטערישע אָנ- פירונג געווען געצװוּנגען צו שיקן זיי אף מיי ליטער-דינסט אין די טיילן פון דער ארמי, וועלכע געפינט זיך אף דער אייגענער טערי- טאָריע פון ייִסראָעל.
ניט געקוקט אף די שטערונגען פון דער רעגירונג און פון די רעאקציאָנערע קרײַזן, האָט
מען אונדזער דעלעגאציע זײיער פּרײַנטלעך באגעגנט. אף די פּלאקאטן זײַנען געווען אָנ- געשריבן באגריסונגס-ווערטער.
די באגעגענישן אונדזערע מיט פארשיידענע מענטשן האָבן דערוויזן, אז ניט װײיניק בירגער פון ייִסראָעל זײַנען גוט באהאוונט אין דער פּאָליטיק פונעם סאָוועטנפארבאנד, אז זיי ווייסן וועגן דעם קאמף פאר שאָלעם, וועלכן עס פירט אונדזער לאנד, וועגן דעם קאמף פאר דורכפירן אין לעבן די רעזאָליוציע פונעם זיכערהײַטס- ראט פון דער אָרגאניזאציע פון די פארייניקטע נאציעס, װאָס איז געריכטעט אף אײַנשטעלן שאָלעם אינעם נאָענטן מיזרעך.
בייס אונדזערע ארויסטרעטונגען, ווען מיר פלעגן דערציילן וועגן דער פרידנס-פּראַגראם פון אונדזער פּארטיי, פלעגן די אָנטײלנעמער פון די פארזאמלונגען סקאנדירן באגריסונגען דעם סאָוועטנפארבאנד. נאָך די אָפיציִעלע ארויסטרעטונגען פלעגט מען זינגען לידער אף העברעלש, ייִדיש, רוסיש, אראביש. אֹף רוסיש האָט מען געזונגען ,קאטיושע" און אנדערע סאָוועטישע לידער.
אין איינעם פון די װעלדער האָבן מיר זיך אופגעהויבן אף א בארג, װאָס איז געדיכט פאר- וואקסן מיט ביימער. אין צענטער איז אײַנגע- שטעלט אן אָבעליסק, אף װעלכן עס זײַנען אויסגראווירט װוערטער פון דאנקבארקײַט דער סאָוועטישער ארמיי פארן זיג איבערן גרעסטן סוינע פון דער מענטשהײַט --דעם דײַטשישן פאשיזם.
מיך, א מיליטערישן מענטשן, װאָס האָט אָפּ- געגעבן די בעסטע יאָרן פון זײַן לעבן דער דינסט אין דער סאָוועטישער ארמיי, האָט עס באזונדערס געפרייט.
פרײַנט האָבן אונדז דערציילט, אז דעם 9 מײי, אינעם טאָג פון ניצאָכן, קלײַבן זיך צונויף אין דעם וואלד אײַנוווינער פון פארשיידענע שטעט און קיבוצים. באם אָבעליסק װוערט דורכגעפירט א מאסן-מיטינג, אף וועלכן עס טרעטן ארויס אָנגעזעענע טוער פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי, פון דער פרײַנטשאפט-באוועגונג מיטן סאָוועטנפארבאנד, װי אויך פאָרשטייער פון אנדערע דעמאָקראטישע און פּאטריַאָטישע אָר- גאניזאציעס.
א שטארקן אײַנדרוק האָט אף אונדז געמאכט דער מעמאָריאלער מוזיי אין אָנדענק פון די קאָרבאָנעס פונעם פאשיזם. מיר האָבן געזען עקספּאָנאטן, װאָס קענען ניט לאָזן קיינעם גלײַכגילטיק, פאָטאָ-דאָקומענטן, רעליקוויעס, וועלכע דערמאָנען אין די צײַטן פון דער פא- שיסטישער פּעסט.
איך האָב זיך איבערצײַגט, אז אנטיסאָװע- טיזם איז אין ייַסראָעל א טייל פון דער מע- לוכע-פּאָליטיק. מיטן אנטיסאָװוועטיזם שטויסט מען זיך דאָ אָן אף טריט און שריט. אין די מעלוכישע צײַטונגען און זשורנאלן ווערט יעדן טאָג אויסגעטראכט עפּעס א בילבל אפן סאַי וועטנפארבאנד. עס פעלט אן אָביעקטיווע אינ- פאָרמאציע וװעגן דער ווירקלעכער לאגע אין פססר. אף די פילצאָליקע באגעגענישן מיט גע- זעלשאפטלעכע טוער --סײַ ייַדן, סײַ ארא- בער -- זײַנען א סאך ארױיסגעטראָטן מיט פּראַ- טעסטן וועגן אָט דעם איניען, געבראכט פאקטן פון שעקער און רעכילעס אפן סאָוועטנפאר- באנד, וועלכע ווערן פארשפּרייט אין ייִסראָעל. אפן אָװנט פון פרײַנטשאפט אין פּעטאך-טיקװאַ האָט בארירט די פראגע פרידע קליימאן זי האָט דערציילט וועגן איר פיליאָריקער ארבעט אין דער פרײַנטשאפט-געזעלשאפט מיטן סאַ- וועטנפארבאנד. שװעריקײַטן זײַנען שטענדיק געווען, נאָר די לעצטע צײַט איז געװאָרן בא- זונדערס שווער. עס פירט זיך אן אומופהער- לעכע העצע קעגן אונדזער לאנד. איינער א מענטש האָט זיך איר מוידע געװען אז ער לערנט זײַנע קינדער, זיי זאָלן פײַנט האָבן דעם סאָוועטנפארבאנד און ליב האָבן ייִסראָעל (אזוי וי צוליב ליב האָבן ייַסראָעל מוז מען פײַנט האָבן דעם סאָוועטנפארבאנד). פרידע קליימאן האָט אין איר ארויסטרעטונג געזאָגט: דער סאָ- וועטנפארבאנד איז די ערשטע מעלוכע, וועלכע האָט אנערקענט ייִסראָעל, און איצט האָט מען וועגן דעם פארגעסן. דאָס פאָלק אָבער פאר- געסט עס ניט. מיר וייסן, אז די מעכטיקע
13
סאַָציָאליסטישע מעלוכע איז דער אָנשפּאר פאר אלע מענטשן פון גוטן ווילן, א קעמפער פאר פרײַהײַט. דער סאָוועטנפארבאנד אנערקענט די רעכט אף עקזיסטענץ פאר אלע מעלוכעס, דערין אויך פון ייַסראָעל.
אין איינעם א טאָג האָט מײַן יונגער פרלינט גאדי אָפּנעשטעלט א פארבײַפאָרנדיקע טאקסי און געבעטן צופירן אונדז צום האָטעל ,פלאָ- רידע?. אינמיטן וועג האָט גאדי געזאָגט צום שאָפער: , דו ווייסט, װועמען דו פירסט! דאָס איז א גאסט פוֹן סאָוועטנפארבאנד, ער איז א ייָד, א פּאַלקאָװניק". דער שאָפער האָט אופ- מערקזאם זיך אײַנגעקוקט אין מיר און א בא" ליידיקטער ארויסגערעדט: צוליב װואָס דארפסטו מיך נארן, עס קאָן ניט זײַן אז א ייד זאָל אין סאָוועטנפארבאנד זײַן א פּאָלקאָװ- ניק"... גאדי האָט אים געפּרוּוט דערװײַזן, ער האָט אָבער בעשום-אויפן ניט געגלייבט. ערשט דאן, ווען איך האָב מיט אים פארפירט א שמועס אף ייַדיש און געזאָגט עטלעכע פראזעס אֹף העברעיש, האָט ער פארלוירן אײַנגעשטימט: ,זע נאָר, אבי מע האָט מיר די גאנצע צײַט דערציילט, אז ייִדן האָבן קיין שום רעכט ניט אין רוסלאנד..."
אין מײַנע ארויסטרעטונגען אין ייַסראָעל האָב איך דערציילט דעם עמעס װעגן דעם לעבן פון די סאָוועטישע ייִדן --אז זיי האָבן די זעלבע רעכט, וי אלע איבעריקע בירגער, רעכט אף ארבעט, אף אָפּרו, אף בילדונג. װאָס איז שײַעך בילדונג, האָב איך געזאָגט, און איך כאזער איבער, אז אויב מע זאָל באקומען סטא- טיסטישע יעדיעס װעגן דער צאָל סטודענטן אין די הויכשולן, װעט דער פּראָצענט סטודענטן בא ייִדן אין באצוג צו דער גאנצער ייִדישער באפעלקערונג מיסטאמע זײַן א גרעסערער, איידער אנטשפּרעכיק בא אנדערע פעלקער. איך האָב געבראכט א קאַנקרעטן בײַשפּיל פון מײַן מישפּאַכע -- פון מײַנע דרײי זין און מײַן טאָכ- טער. דער עלטערער זון אנאטאָלי האָט געענ- דיקט דעם מאָסקװער ענערגעטישן אינסטיטוט, איצט ארבעט ער אינעם מאָסקװער אינסטיטוט פון עקאָנאָמישער פּלאנירונג בא דער ויסג" שאפטיאקאדעמיע פון פססר. מײַן טאָכטער ליובע האָט געענדיקט דעם עקאָנאָמישן (סטא- טיסטישן) אינסטיטוט און ארבעט אלס עקאָנאָי מיסט אף איינעם פון די שיפבוי-זאװאָדן. מײַן זון אלעקסאנדער האָט ערשט ניט לאנג געענ- דיקט א מליטערישפּאָליטישע שול, דעם זשורנאליסטישן פאקולטעט און ארבעט אין דער ארמיי. לוט זײַן ספּעציאליטעט. דער ייִנגסטער זון לעאָניד לערנט זיך אפן פערטן קורס פונעם װאָלגאָגראדער פּאַליטעכנישן אינסטיטוט. איך קאָן זיך מיט אים גרויסן. פאר
14
די דרײַ יאָר, װאָס ער לערנט זיך, האָט ער באקומען דורכויס , פינפן". ער איז אן אויסגע- צייכנטער סטודענט, באקומט א העכערע סטי" פּענדיע. אין מײַנע ארויסטרעטונגען האָב איך דערציילט ניט נאָר וועגן מײַן פאמיליע. איך האָב אָנגערופן ייִדן -- אײַנװױנער פון װאָלי גאָגראד, װאָס זײַנען געװאָרן פּראָפּעסאָרן קאנדידאטן פון וויסנשאפטן, דירעקטאָרן פון זאװאָדן, בריקן-בויער, פּילאָטן אאוו.
אין שײַכעס מיט דער פראגע וועגן בילדונג װאָלט זיך מיר װעלן פרעגן: װי האלט עס מיט אָט דעם איניען אין ייִסראָעל, װוּ בא דער מאכט שטייען די ציעניסטן? צי קאָנען אין ייַסראָעל אלע ייִדן אָנקומען אין די הויכשולן? ניין, זי קאָנען ניט.
אין די הויכשולן פון ייִסראָעל האָבן א מעגלעכקײַט זיך לערנען נאָר פארמעגלעכע ייַדן. פארן לערנען דארף מען צאָלן. פאָרמעל קאָנען זיך לערנען אלע, פאקטיש איז עס אָבער ניט אזוי. בא אונדז צאָלט קיינער ניט פארן לער- נען. קעדיי צו לערנען זיך, זײַנען נייטיק בלויז פײייקײַטן און א ווילן. די סטודענטן באקומען סטיפּענדיעס. אין ייַסראָעל הערט מען אָפט זאָגן ,קאָל ייִסראָעל כאוויירים", אן אויסדרוק, װאָס איך האָב פארגעדענקט פון דער קינדהײַט. נאָר וויאזוי קאָנען זײַן כאוויירים אָרעמעלײַט און גווירים?
מיר האָבן געהאט א שמועס מיט די אָנפירער פונעם טעאטער ,האבימא". דער רעזשיסער פונעם טעאטער פינקעל האָט גערן געענטפערט אף אונדזערע פראגן. נאָר אף אייניקע פראגן האָט ער ניט געקאָנט ענטפערן, איבערהױפּט וועגן דעם רעפּערטואר פונעם טעאטער. די פראגע, וועלכע פּיעסן פון הײַנטצײַטיקע שריי בער שטעלט ,האבימא", האָט פינקעלן גע" שטעלט אין פארלעגנהײַט. ער האָט אפילע ניט געקאַנט ענטפערן, פארװאָס עס װערן ניט געשטעלט שאָלעםיאלייכעמס פּיעסן.
דעם ייַדישן פאָלקסמענטש באװײַזט מען ניט קיין פּיעסן, וועלכע דערציילן וועגן דעם לעבן פונעם פאָלק אין דער פארגאנגענהײַט. דערפאר טראָגט מען איבער פון דער פארגאנגענהײַט אזעלכע מידעס, וועגן וועלכע ס'איז שוין צײַט צו פארגעסן. אין די צײַטונגען פון ייִסראָעל באגעגענען מיר ווענדונגען צו די אוילים, װאָס פארפליכטן די מאנצבלען, זיי זאָלן קומען אליין און ברענגען זייערע קינדער צום מויעל, וועל- כער וװועט זיי אומזיסט מאלע זײַן. מישטיינס- געזאָגט, אָט דאָס איז פאר די ציִעניסטן וויכי טיק פון דער געשיכטע פון די ייִדןף.
לייענענדיק אייניקע צײַטונגען, אזוי אויך אין מינדלעכע געשפּרעכן מיט טוישווים פון ייָסי ראָעל, האָבן מיר אָפּט געפילט, אז מענטשן
15
פארטראכטן זיך וועגן דעם צושטאנד פון דער קולטור און קונסט אינעם לאנד,
א גרויסער טייל פון די פּריוואטע קינאָ- פארייניקונגען פּראָפּאגאנדירן דעם קולט פון מיליטאריזם און נאציאָנאליזם. אין דער מער- הײַט קינאָיטעאטערן און אף דער עסטראדע קולטיווירט מען אכזאָריעס, זנוס, סעקס. דערי- בער איז קיין װוּנדער ניט, װאָס לוט דער צאָל גאנגסטערס, פּראָסטיטוטקעס און נארקאָ- מאנען קאָן אָט דאָס קליינע לאנד זיך גלײַכן צו גרויסע קאפּיטאליסטישע לענדער.
אין דער ייִסראָעלדיקער צײַטונג 248 0108482 פארן 22 יול 1973 (די צײַטונג ווערט ארויסגעגעבן אין רוסיש) האָט לעאָניד געלפאנד געשריבן אין אן ארטיקל ,נישטיקליטן פונעם לעבן", אז די צאָל פּראָסטיטוטקעס אין דער מעדינע דערגרייכט ביז דרײַסיק טױיזנט. אף אונדזער הייליקער ערד, -- שרײַבט ער,-- זײַנען פאראן 1800 גאנגסטערס, לוט דער אָפי- צזעלער סטאטיסטיק. זיי זײַנען באװאָפּנט ביז
יי .אט אי :: יי
-נון
יי יי 5 ...5
די סאָװעטישע דעלעגאציע אף איינער א באגעגעניש. פון רעכטס אף לינקס: ד. דאָברושין, איוואנאָוו און ר. פּעטראָוסקאס.
די ציין... געוויס איז נאָך פאראן מער פון 1800. געלפאנד שרײַבט װײַטער, אז זשוליקעס און ביוראַקראטן טעראָריזירן דאָס לאנד. ער רופט אויך אַן א ציפער פון 120 טויזנט נארקאָמאנען.
בא מיר האָט זיך געשאפן אן אײַנדרוק, אז די רעגירונג פון ייַסראָעל, װי יעטװוידער אנ- דער קאפיטאליסטיש לאנד, װערט צעריסן פון די װידערשפּרוכן. מיר דוכט, אז אין ייִסראָעל זײַנען זיי נאָך טיפער, איידער אין אנדערע לענדער. די מעדינע האָט אירע באזונדערקליטן.
דער ערשטער װידערשפּרוך איז צווישן אר- בעט און קאפּיטאל, אף איין פּאָליוס -- רליכ- קײַט, אפן צווייטן -- אָרעמקײַט.
די אָרעמע מענטשן פאלט גאָרנישט ניט ארײַן פון די גרויסע געלטער, וועלכע קומען
אָן פון די אמעריקאנער מאגנאטךיידן. די אָרעמעלײַט האָבן גאַרנישט אויך פון די ,,קאָמ- פּענסאציעס", װאָס מײַרעװידײַטשלאנד האָט אויסגעצאָלט ייִסראָעל פאר די זעקס מיליאָן דערמאָרדעטע ייִדן. דאָס געלט איז ארײַנגע- פאלן אין די הענט פון די ייסראָעלדיקע צִיִע- ניסטן, און עס װערט אױסגענוצט ניט אֹף מיטהעלפן די נויטבאדערפטיקע, נאָר אף מילי- טאריזירן דאָס לאנד.
אין די שטעט און ייִשׁוּווים פון ייַסראָעל האָב איך אין די גאסן באגעגנט גאָר א גרויסע צאָל מיליטערלײַט, א סאך פון זיי זײַנען באװאָפנט מיט אװוטאָמאטן,
ייִסראָעל איז דאָס איינציקע לאנד, װוּ פרויען דינען אין דער ארמיי באגלײַך מיט מאנצבלען. דאָס כאראקטעריזירט די מעדינע, איר מילי- טאריסטישן טאָך. די מיליטערישע הױצאָעס פאלן וי א שווערע לאסט אף די פּלייצעס פון די ארבעטנדיקע. ייַסראָעל לעבט שטענדיק אין אן אָנגעשטרענגטער מילכאָמע-אטמאָספער.
יאָ, אין דער ייִדישער מעדינע קאָנען ניט אלע ייִדן זײַן ברידער. אין טעל-אוויוו האָב איך געזען דעם גרויסן אונטערשייד צווישן די גאסן, װוּ עס לעבן פארמעגלעכע ייִדישע מיש- פּאָכעס, און די גאסן, װוּ עס לעבט די אָרעמ- שאפט. איך האָב געזען אויסגעדארטע, בלייכע קינדער, אין שמאטעס אָנגעטאָנענע פרויען. אָט דאָס איז דאָס לאנד פון ,כאָלאָוו אודװאָש"-- דאָס גליקלעכע לאנד. בלויז שאָלעם-אלייכעמס פּען װאָלט געקאָנט באשרײַבן דאָס אויסגאנג- לאָזע לעבן פון די מענטשן, אין אָט דעם פאל -- ניט אין אמעריקע, ניט אין די װײַסרו- סישע, אוקראינישע דערפער פונעם צארישן רוסלאנד, נאָר אין ייַסראָעל.
יוסראָעל לעבט איצט איבער א קאדאַכעס- פיבער צוליב דער פּראָבלעם פון דער ,אליא" די אוואנטיורע, אז פונעם סאָוועטנפארבאנד זאָלן אריבערפאָרן קיין ייִסראָעל ,א מילאאָן ייִדן", האָט געפּלאצט װי א זייפנבלאָז. עס האָבן זיך באוויזן נײַע װידערשפּרוכן: צװישן די אלטע אײַנװווינער און די אוילים. די מאָגערע להאָטעס, װאָס עס באקומען די אוילים, ברענ- גען צו צוזאמענשטויסן. מע האָט מיר דערציילט וועגן דעמאָנסטראנטן, וועלכע האָבן געפאָדערט: .גאָלדע, גיב אונדז דאָס, װאָס עס באקומען די אוילים".
וועגן די שװעריקײַטן באם לייון די פּראָ- בלעם פון די , אוילים" פון פססר שרײַבט גע- נוי עליִעזער אקאבאס אין זײַן ארטיקל ,די פּראַבלעמען פון דער רוסישער ,אליא" אין דער צײַטונג 0882זס 2רררארן 5 יון 1973: ;װאָס װעלן מיר טאָן, -- פרעגט ער אין איינע שרעק, -- אויב אין דער נאָענטסטער צליט װועלן קומען 10 טויזנט אָדער מער דאַקטוירים, אינ-
15
זשעניערן, עקאָנאָמיסטן און וועלן מיר טאָן?"
און װײַטער: , מיר דארפן ניט האָפן אף ניי סים.. עס װעט זײַן א קאטאסטראָפע, ווען די ייַדן פונעם סאָוועטנפארבאנד און פון אנדערע לענדער (נאָר איבערהױיפּט פונעם סאָװועטנ- פארבאנד) װעלן, גאָט זאָל אויסהיטן, אָנהייבן מאסנװײַז אװעקפאָרן פון ייַסראָעל צוליב די זעלבע שוין באװוּסטע סיבעס: צוליב די ניט געלייזטע פּראָבלעמען פון באקומען ארבעט, וווינונגען, געזעלשאפטלעכע אינטעגראציע און אנד."
וי מיר זעען, פילט זיך שוין איצט שטארק דער אומרו אין דער פראגע פון די אוילים. די רעגירונג איז ניט בעקויעך באזאָרגן זיי מיט ארבעט (איבערהױפּט די מענטשן מיט הױכ- בילדונג), זי קאָן ניט באזאָרגן אלעמען מיט דירעס, ארײַנציען זיי אין געזעלשאפטלעכן לעבן פונעם לאנד.
ניט װײיניק דײַגעס האָבן די אָפּיציַעלע קרײַזן מיט דער ;אליא" פון גרוזינישע ייַדן, וועלכע װײַזן ארויס זייער אנטוישונג און פּראָטעסט שוין פון די ערשטע טעג פון זייער קומען קיין ייַסראָעל. יעהוישוע טאדמאָר שרײַבט אין זײַן ארטיקל ,די פעלערן, וועלכע מע איז באגאנגען מיט דער אינטעגראציע פון גרוזינישע ייַדן" (0108122 4118002, 2 אווגוסט 1973).
,..אין די ערשטע צוויי כאדאָשים פון זייער געפינען זיך אין ייַסראָעל האָבן 77 פּראָצ. אוי- לים פון גרוזיע געמאָלדן וועגן זייער ניט צו" פרידנקײיַט...* און װײַטער: ...,די אינטעגראציע פון אוילים פון גרוזיע איז פארבונדן מיט גרוי- סע שװעריקײַטן. די מערהײַט האָבן געלעבט אין גרוזיע אין גלענצנדע באדינגונגען. דער מאטעריעלער ניוואָ איז געווען זייער א הויכער. זיי האָבן געלעבט אין א לאנד, װוּ זיי האָבן גוט געװוּסט די שפּראך. זיי זײַנען געווען פאר- נומען אין פארשיידענע אונטערנעמונגען פונעם לאנד... דאָס, װאָס אין גרוזיע איז געווען גוט, איז ניט גוט אין ייִסראָעל. זיי זײַנען געצװוּנגען פארנעמען זיך מיט אזוינע ארבעטן, װעלכע ווערן שלעכט באצאָלט. זיי באציען זיך דאָ צו דער רעגירונג, װי צו א פרעמדער"..
די אויסגאנגלאַזיקײַט פונעם לעבן אין ייס ראָעל איז נויגייע ניט נאָר די גרוזינישע ייִדן נאָר אויך יענע, וועלכע זײַנען געקומען פון אנדערע װוויןדערטער פון פססר. בייס אונדזער רײַזע איבער דער מעדינע האָב איך פון פאר- שיידענע מענטשן געהערט א פּאָפּולער געװאָ- רענע פראזע, וועלכע ס'האָט געזאָגט אף דער סקאנדאליעז דורכגעפאלענער קאָנפערענץ פון די אימיגראנטן פונעם סאָוועטנפארבאנד א גע- וויסער װיקטאָר פּערעלמאן: ,,מיר שטויסן זיך אָן אין הארבע און איבערצײַגנדיקע פאקטן: די
יוריסטן? װאָס
16
צאָל פון מענטשן, וועלכע וילן אױלע זײַן פונעם סאָוועטנפארבאנד קיין ייִסראָעל, װוערט אלץ קלענער, דערפאר וואקסט די צאָל פון די אוילים, װאָס ווילן פארלאָזן ייִסראָעל?.
נאָך איין דערשײַנונג ווארפט זיך אין די אויגן. אף די ייִדן, וועלכע קומען צו פאָרן פון די אפריקאנישע לענדער און פונעם מיטעלן מיזרעך, קוקט מען אין ייִסראָעל, װי אף א נידעריקער ראסע. מע לייגט זיי פאָר די סאמע שווארצע ארבעט, זיי האָבן ניט די מינימאלסטע מענטשלעכע באדינגונגען.
אין די אופגאבן פון אונדזער דעלעגאציע זײַנען ניט ארײַן קיין באגעגענישן מיט געווע- זענע בירגער פון פססר. צופעליק האָבן מיר געזען, װי אייניקע פון זיי פארקויפן אפן פּא- נעל זייערע זאכן. אלע טאָג פלעגן צו אונדז קומען צענדליקער מענטשן, קעדיי צו דער" שלאָגן זיך, מיר זאָלן זיי העלפן אומקערן זיך אין סאָוועטנפארבאנד. איך האָב ניט געקענט אויסבאהאלטן דעם ווידערגעפיל בענעגייע אָט די ניט פאָרויסגעזעענע שמועסן. עס װוּנדערט, ויָאזוי די נעכטיקע טומלער אינעם מאָסקװער אָװויר* ווילן זיך ניט אָפּגעבן א דיןיוועכעזשבן, װאָס אזוינס זיי האָבן אָפּגעטאָן. פארלאָזן דאָס סאַציאליסטישע היימלאנד לױט א רוף פון ציעניסטישע לאזוטשיקעס -- דאָס איז פאראט. זיי האָבן זיך אָפּגעקערעװעט אָן שום סיבעס פון זייער היימלאנד, װאָס האָט זיי, װי אלע סאָוועטישע מענטשן, געבראכט פרליהײיט, גלײַכ- הײַט, בילדונג, קולטור, מאטעריעלן וויל- שטאנד. אויסער דעם, האָבן זיי געטאָן מאמעש א פארברעכן בענעגייע זייערע קינדער, אוועק- גערויבט בא זיי די צוקונפט. די קינדער װעלן אויסוואקסן און קיינמאָל ניט מויכל זײַן זייערע עלטערן.
נאָך איין זאך האָט זיך ניט פּאָטױפּעט אין מײַן קאָפּ: וויַאזוי קאָנען ייִדן, וועלכע האָבן אזויפיל געליטן פון די היטלעראָווצעס, אונ- טערדריקן אנדערע פעלקער? איך בין געװוען אין א סאך אראבישע ייִשוּווים. איך האָב געזען מענטשן אָן א דאך איבערן קאָפּ, אָן א העמד אפן לײַב. איך האָב באזוכט דערפער, װוּ עס איז ניטאָ קיין עלעקטרישע שײַן, װוּ עס איז פאראן איין דאָקטער אף טויזנטער אײַנװױנער. די אראבישע באפעלקערונג ווערט אויסגענוצט אף די שווערסטע ארבעטן.
אונדזער גאסט-פּראָגראם אין ייַסראָעל האָט זיך פארענדיקט, עס איז פארבליבן א מינוט 0 ביזן פאָרן אפן אעראָדראָם.
מיטאמאָל---א קלונג. איך האָב זיך שוין צו- געװוינט צו דעם, אין דער מערהײַט פאלן קלינגען אימיגראנטן פון פססר. דאָס מאָל איז
1--58
אָבער דער שמועס געוען גאָר פון אן אנדער מין. ביסלעכװײַז האָב איך זיך אָנגעשטױסן, וועגן װאָס עס גייט א רייד, און עס זײַנען מיך באפאלן שווערע דערינערונגען.
-- הער גענעראל דאָברושין?
-- צום אלעם ערשטן, בין איך ניט קיין הער, און, צווייטנס, בין איך ניט קיין גענעראל,-- ענטפער איך.
-- איך האָב אײַך דערקענט לוט דער פאַ- טאָגראפיע אין א צײַטונג... דאָס זײַנט איר, איך האָב אײַך באלד דערקענט! א דאנק אײַך, איר זײַנט אונדזער רעטער.
-- ווארט אויס א רעגע, װער זײַנט איר און װאָס פאר א רעטער בין איך, פונוואנען ווייסט איר ביכלאל, ער איך בין?
-- װאָס הייסט פונוואנען? דערמאָנט זיך. דאָס איז געווען אין 1944, אין פּױלן. איר האָט אונדז, א גרויסע גרופּע ייִדן, באפרײַט פון אונטער דער פאשיסטישער וואך, געגעבן אונדז עסן, קליידער און אף מאשינעס אָפּגעשיקט קיין ליטע...
איך האָב זיך דערמאָנט די געשעענישן פון יענער צײַט. פאר מײַנע אויגן האָב איך בוילעט דערזען א יונג מיידל מיט א װוּנדערלעך שיי- נעם שמייכל אפן אויסגעצערטן פּאָנעם. איך האָב זיך דאן פארװוּנדערט: פונוואנען נעמט זיך אזא שמייכל אין געהענעם?
אין טרײַבל האָט זיך אלץ געהערט די ציטע- ריקע פרוייַשע שטים:
-- דערמאָנט זיך, איר האָט נאָך דאן צוגע- פעסטיקט צו אונדז אומאנסקין און אנדרייעוון. וי לעבן זיי, צי זײַנען זיי געזונט! א דאנק אײַך, א דאנק זיי. מיר װעלן אײַך קיינמאָל ניט פארגעסן!
צי דען איז עס יענץ מיידל מיט דעם ווּנ- דערבארן שמייכל?
-- וי זשע קאָן איך אײַך זען, טײַערער כא- ווער דאָברושין? -- האָב איך ווידער דערהערט איר אומגעדולדיקע שטים.
-- מיר מוזן זיך אומבאדינגט באגעגענען, -- האָב איך געענטפערט, -- װי רופט מען אײַך?
-- איך הייס רײַע, רײַע אָרלין הייס איך. װוּ קען איך זיך מיט אײַך טרעפן?
-- טײַערע רײַע, אין 20 מינוט ארום פאָרן מיר אוועק אין אעראָפּאָרט. בלײַבט נאָר איין אויסוועג, איר זאָלט קומען אהין.
-- װאָס טוט מען? איך װוין זייער װײַט און װעל ניט באװײַזן צו דערפאָרן...
מיר האָבן זיך ניט באגעגנט. ס'איז מיר גע- ווען אזא שאָד, װאָס איך האָב זי ניט געזען. זי האָט אלץ געדאנקט פאר דער הילף, פאר דעם, װאָס מיר האָבן זי געראטעוועט, געבעטן איבערגעבן א גרוס אומאנסקין און אנדרייעוון.
איך האָב פארגעסן פרעגן בא איר דעם אד-
רעס. כ'האָב זיך וועגן דעם דערמאַנט ערשט דאן, ווען איך האָב דערציילט וועגן דעם קלונג מײַנע פרײַנט פון דער פרײַנטשאפט-באוועגונג.
...אונדזער דריטער קאוואלעריע-קאָרפּוס, אין וועלכן איך בין געװען שעף פונעם פּאַליט- אָפּטײל, איז ארײַנגעטראָטן אין סאמע װײַטן הינטערלאנד פון די פאשיסטן אף דער פּולי- שער ערד. פארן סוינע איז אונדזער קומען אהין געווען אינגאנצן אומדערווארט. די פאָרן- טיקע טיילן פונעם קאָרפּוס האָבן זיך אָנגע- שטויסן אף א קאָלאַנע אויסגעמאטערטע מענטשן, װאָס האָבן זיך קוים געשלעפּט. די דײַטשישע ואכלײַט, אין שפּיץ מיטן אָבער- שארפיורער קראמער, האָבן זיך געפּרוּווט אנט- קעגנשטעלן, נאָר מיר האָבן זיי דערשאָסן.
איינער פון די אָפיצערן פון דער זאָנדערקאַ- מאנדע, וועלכער איז ארײַנגעפאלן אין געפאנ- גענשאפט, האָט דערציילט, אז די קאָלאָנע אויס- געמאטערטע מענטשן איז דאָסראָוו באשטאנען פון ייִדן פון די בײַבאלטישע רעפּובליקן פון פססר. לוט די באװײַזן פון אָט דעם אָפיצער, וועלכע זײַנען באשטעטיקט געװאָרן אויך מיט אנדערע דײַטשישע געפאנגענע, האָט די קאַ- לאָנע אָנגעצײלט 600 מענטש נאָר צו דער צײַט, ווען מיר האָבן זי באגעגנט, איז א העלפט געשטאָרבן. אב עמעצער פלעגט אָפּשטײן אָדער אומפאלן פון שװואכקײַט, פלעגן אים די קאָנװאָיַרן טייקעף דערשיסן.
דער אָפיצער האָט װײַטער דערציילט, אז די אופגאבע פון דער קאָלאָנע איז געווען דורכ- לייגן אן אונטערערדישן קאבעל. צום סאָף פון דער ארבעט האָט מען פּלאנירט פארניכטן די קאָלאַנע צוזאמען מיט דער דײַטשישער וואך. לעבן בלײַבן האָבן געדארפט נאָר דרײַען: קרא- מער, זײַן געהילף -- מאיאָר גראָס, א פּראָפע- סיַאָנעלער סאדיסט, און דער אָפיצער, וועלכער האָט געגעבן די באװײַזן. אז מע װעט אים לאָזן לעבן, איז ער ניט געווען זיכער.
איך דערמאָן זיך, װיַאזוי עס האָבן אויסגעזען די באפרײַטע. אײַנגעפאלענע אויגן, הוט און ביינער. אָנשטאָט קליידער -- שמאטעס. היל- צערנע באשמאקעס. בא איניקע זײַנען די צעיאטערטע װוּנדן ניט געװוען פארבאנדא- זשירט. אלע זײַנען געווען שטארק הונגעריק. זיי האָבן געקרעכצט און געבעטן, מע זאָל זי װאָס גיכער געבן עפּעס אָפּעסן.
מיר האָבן אויסגעטיילט דאָקטױירים און קראנקנשוועסטער, זיי זאָלן העלפן די אומגליק- לעכע. איך געדענק, ויאזוי צו מיר זײַנען גע- קומען צו לויפן אופגערעגטע דער קאָמאנדיר פון אן עסקאדראָן, קאפּיטאן אנדרייעוו און דער עלטערער לייטענאנט אומאנסקי, בא וועלכן די פאשיסטן האָבן דערמאַָרדעט די גאנצע מיש- פּאָכע.
17
-- איר האָט אונדז באפוילן העלפן די בא- פרײַטע, און די דאַקטױירים שטערן אונדז,-- האָט געשריִען אנדרייעוו.
-- מענטשן בעטן עסן, טרינקען, און די דאָק- טוירים לאָזן אונדז צו זיי ניט צו, זיי דערלויבן צוגיין צו זיי נאָר די סאניטארן --האָט זיך געהיצט אומאנסקי.
עס איז מיר אויסגעקומען צו דערקלערן די אָפיצערן, אז די דאָקטוירים זײַנען גערעכט: געבן די הונגעריקע גלײַך עסן צו זאט איז פאר זי געפערלעך, מע מוז זיי האָדעװען פון א לעפעלע און ביסלעכװײַז פארגרעסערן די נאָרמע.
צװישן אָט דער מענגע מענטשן האָב איך דאן דערזען א יונג מיידל, רײַע אָרלין, װאָס איר אײַנגענוירענער ליבער שמייכל פלעגט ארויסברענגען פון געדולד דעם עסעסאָװישן מאיאָר גראָס.
-- איך װעל דיך צווינגען וויינען, -- פלעגט ער אָן אופהער גוואלדעווען.
מע האָט דערציילט, ויאזוי ער האָט אויסגע- הארגעט אלע אירע קרויווים. עס זײַנען פאר- בליבן אין דער קאָלאָנע דער זיידע מיט זײַן אייניקל. גראָס האָט צוגעטראכט פאר זיך א פארװײַלונג. ער פלעגט הייסן אָנפילן א טעפּל מיט עקסקרעמענטן. דעם אלטן פלעגט מען ארײַנפירן אין א הילצערנעם אָפּטריט, אוועק- שטעלן אים אונטערן טעפּל, און דעם אייניקל, וועלכער איז דאן אלט געווען 9 יאָר, האָט מען געהייסן ציען פארן שטריקל. דאן פלעגן זיך די עקסקרעמענטן אויסגיסן אפן אלטנס קאָפּ. די עסעסאָווצעס זײַנען זיך פארגאנגען אין גע- לעכטער, עס האָט געקוויטשעט פון פארגעניגן גראָס.
די פארװײַלונגען זײַנען פאָרגעזעצט געװאָרן, דאָס אייניקל האָט מען געצװוּנגען ,ראכמאָנעס האָבן" אפן אלטן. מע פלעגט אים הייסן שטעלן זיך אף די קני און מיט א לעפעלע אראָפּנעמען פונעם זיידן דאָס אױסגעגאָסענע און ארײַנלײגן צוריק אין טעפּל, און אף מאָרגן פלעגט זיך די כַּראַצעדור ווידער איבערכאזערן.
דאָס ייַנגל האָט פארטראכט זיך נויקעם זײַן אין גראָסן.
ווען דער עסעסאָװישער מאיאָר גראָס אין אנומלטן ארײַן אין קלאָזעט, האָט זיך דאָס ייִנגל שטילערהייט אונטערגעגאנװעט, א צי געטאָן פארן שטריקל, און די עקסקרעמענטן האָבן זיך אױיסגעגאָסן אפן קאָפּ פונעם טאליען.
אף זײַנע גוואלדן איז זיך צונויפגעלאָפן די גאנצע זאָנדערקאָמאנדע און, זידלענדיק זיך, גענומען רײיניקן דעם מאיאָר.
שוידערלעך איז געווען די עקזעקוציע. פו- נעם קינד האָט מען געשניטן שטיקער, מע האָט ראַצכיש געמוטשעט דעם אלט. אלע האָבן געזען, װי זיי זײַנען אומגעקומען. דאָס האָט אויך געזען רײַע, און דאָס פּאָנעם אירס האָט ,געשמייכלט". מע האָט אוױיסגעטאָן נאקעט איר שװועסטער, זיך איבער איר איזדיעקעװעט, דערנאָך ארײַנגעװאָרפן זי אין פײַער, און רײַעס פּאָנעם האָט ניט אופגעהערט צו , שמייכלעף.
גראָס, דער עסעסאָװעץ, האָט ניט פארשטא- נען, אז דאָס איז געווען ניט קיין שמייכל, דאָס איז אף אײביק פארשטיינערט געװאָרן דער אויסדרוק אפן מיידלס פּאָנעם.
דער מעטורעף װאָלט געוויס אומגעבראכט זײַן קאָרבן, ווען די רויטע ארמיי װאָלט רײַען ניט באפרײַט.
אונדזערע דאָקטוירים און קעכער האָבן זאָרג- פעליק צוגעוווינט די מענטשן פון דער קאָלאָנע צו שפּײַז. אנדרייעוו און אומאנסקי האָבן ער- געץ געפונען פאר זיי קליידער, שיך. מיר האָבן זי אוועקגעזעצט אף מאשינעס און אָפּגעשיקט אין הינטערלאנד.
אף שטענדיק װעלן מיר פארגעדענקען, וויאזוי זיי האָבן אונדז געדאנקט, ויָאזוי זיי האָבן געוויינט, ארומגענומען און געקושט די סאָוועטישע זעלנער -- זײיערע באפרײַער.
כ'האָב קיינמאָל ניט געקלערט, אז עס װעט מיר ועןדעס-איז אויסקומען נאָכאמאָל באגע- גענען עמעצן פון די מענטשן.
און כאָטש עס האָט זיך מיר ניט אײַנגעגעבן צו באגעגענען זיך מיט רײַען, זיך דורכריידן מיט איר, גלייב איך, אז מײַנע כאוויירים פון דער ייִסראַָעלדיקער פרײַנטשאפט-באוועגונג וועלן זי אָפּזוכן און איבערגעבן מײַנע ווערטער איר און אויך אנדערע, וועלכע זײַנען לעבן געבליבן, אז געראטעוועט האָט זיי ניט דאָברו- שין, אנדרייעוו, אומאנסקי, נאָר די רומפולע סאָוועטישע ארמיי, דאָס סאָוועטישע פאָלק, קעגן וועלכן עס פירן איצט העצע-קאמפּאניעס די ציַעניסטן.
מיר זײַנען שטענדיק געווען און מיר װעלן זײַן אף דער זײַט פון די דערנידעריקטע און באליידיקטע.
מיר זײַנען פארן עמעס.
:250 כּאבלאַ נערודא 3
אין חימל קלינגען אלע גלעקער
דער בארג און דער טײַך
אין מײַן היימלאנד איז א בארג פאראן, א טײַך איז אין מײַן היימלאנד דאָ.
קומט מיט מיר!
די נאכט אפן בארג שלײַכט,
דער הונגער נידערט אין טײַך. קומט מיט מיר!
די, װאָס לײַדן, ווער זײַנען? כ'ווייס ניט, נאָר מײַנע זײַנען זי קומט מיט מיר!
כ'ווייס ניט, נאָר מע רופט מיך, זי זאָגן הויך: מיר לײַדף
קומט מיט מיר!
און מע זאָגט מיר: , דײַן פאָלק,
דײַן אומגליקלעך פאָלק---
צװישן בארג און טײַך,
אין הונגער און אין ליידן
עס וויל אֹין איינזאמקײַט ניט קעמפן, עס ווארט אף דיר, פרײַנטו"
און דו, וועמען כ'האָב ליב, זאָלסט וויסן;
דער קאמף װעט הארט זײַן, דאָס לעבן װעט זײַן הארט, און דו װועסט גיין מיט מיר.
די קיניגן
פאר א קיניגן כ'האָב דיך אויסגעויילט.
פאראן העכערע פון דיר, פאראן העכערע, פאראן העלערע פון דיר, פאראן העלערע, פאראן שענערע פון דיר, פאראן שענערע.
נאָר דו ביסט מײַן קיניגן.
ווען דו גייסט איבער די גאסן,
דערקענט דיך קיינער ניט.
קיינער זעט ניט דײַן קרוין פון קרישטאָל, קיינער זעט ניט דעם טעפּיך פון רויטן גאָלד,
אף וועלכן דו טרעטסט, -- דעם טעפּיך, װאָס עקזיסטירט ניט.
ווען ביסט נאָענט לעם מיר,
רוישן אלע טײַכן אין מײַן גוף, קלינגען אין הימל אלע גלעקער און א הימן הילכט אין דער וועלט.
בלויז דו און איך, בלויז דו און איך, געליבטע מײַנע, הערן אים.
דאר טויט
אין פאל, אויב דו װועסט אופהערן זײַן,
אין פאל, אויב װעסט מער ניט לעבן,
על איך אף מײַנס באשטיין:
איך וואג ניט,
איך וואג דאָס ניט צו שרײַבן;
נאָר אויב דו שטארבסט,
אין שפּאן פון לעבן כ'וועל גיין,
װײַל דאָרט, װוּ א מענטש האָט זײַן שטים פארלאָרן,
דאָרט איז מײַן קאָל.
דאָרט, װווּ די שווארצע זײַנען פארפאָלגט, קען איך טויט ניט זײַן ווען אין טפיסע ווערן פארשפּארט מײַנע
ברידער, על איך אהין ארײין,
ווען דער ניצאָכן דער גרויסער װעט קומען, אפילע איך זאָל שטום זײַן, דארף איך רעדן. איך װעל זען דעם ניצאָכן בלינדערהייט. זײַ מיר מויכל,
אויב דו װועסט ניט לעבן.
19
טײַערע, געליבטע מײַנע!
אויב ביסט געשטאָרבן,
וועלן אלע בלעטער פאלן אף מײַן ברוסט,
אין מײַן נעשאָמע כ'וועל זיי טראָגן טאָג און נאכט.
דער שניי װעט פארברענען מײַן הארץ, כ'וועל ארומגיין מיט טויט און מיט פּײַער,
מיט טוט און מיט שניי,
מײַנע פיס װעלן באגערן גיין דאָרט, װוּ דו שלאָפסט,
נאָר איך װעל דאָס לעבן קנעטן.
דײַן ליבע צו מיר האָט צוימען געבראָכן,
און -- טײַערע!
דו ווייסט, אז איך געהער ניט זיך,
נאָר אלעמענס בין איך...
די ערד הייסט כואן:
דער נאָכפאָלגער פון די באפרײַער איז געווען כואן. ער איז אן ארבעטער געווען, א פישער, באם סטאָליער-ווארשטאט געשטאנען, זײַנע הענט האָבן געאקערט די ערד. צום לעבן געקומען ער איז פונדאָסנײַ, װי א פרישער געוויקס, די טונקעלע נאכט האָט אים אײַנשלינגען געװאָלט, און הײַנט באגעגנט ער דעם קאיאָר, מע האָט אים געבונדן-- אצינד א סאָלדאט איז ער א בראװער; מע האָט אים פארװװוּנדעט -- און געזונט איז ער װי א צײַטיקער עפּל; די הענט מע האָט אים אָפּגעשניטן-- און הײַנט ארבעט ער מיט זי; מע האָט אים מעקאבער געווען-- און הײַנט זינגט ער מיט אונדז.
כואן, ס'איז אָפן דײַן טיר און דײַן וועג.
די ערד איז דײַנע,
דער עמעס---א געבוירענער פון דײַן בלוט.
דײַנע װאָרצלען פארניכטן האָט קיינער ניט געקענט,
דו -- אייביקער בוים, אזעלכע ביימער, וי דו, וואקסן אין דעם לאנד פון סאָװעטן. הייב אוף די פאָן מיט אלע פארשניטענע הענט, פארטיידיק זי מיט אלע הענט, װאָס נעמען זיך צוזאמען, שטיי ביזן סאָף פון קאמף, הייב אוף ביז די שטערן די אײניקײַט פון אומבאזיגטע.
איבערגעזעצט פון שפּאניש -- יאָסל גאָלדבערג (בוענאָס-אײַרעס)
1 כואן--א פארשפּרייטער נאָמען אין די פאָלקסמאסן פון טשיליע.
אװראַם קאהאן
,א מענטש איז דאָס, װאָס ער ויל זײַן" שאַלעסאלײ כעם
א ראָמאן וועגן גרויסן שרײַבער-הומאניסט
אין 1959 יאָר האַט די גאנצע פאָרגעשריטענע מענטשהײַט, װאָס איז פארייניקט אונטער דער פאָן פון שאָלעם און פעלקער-פרײַנטשאפט, אָפּגעמערקט דעם הונדערטסטן געבוירן טאָג פונעם קלאסיקער פון דער ייִדישער ליטעראטור שאָלעם-אלייכעם, וועלכער האָט אין דער ייִדישער ליטעראטור פארנומען אזא אָרט, װי גאָגאָל האָט פארנומען אין דער רוסישער לי- טעראטור, אָדער מארק טווען אין דער צאָפן-אמעריקאנער,
װײַט איז פון אונדז יענע וועלט, װאָס איז פארקערפּערט געװאָרן אין שאָלעם אלייכעמס געשטאלטן, די מערהײַט העלדן דעם שרײַבערס זײַנען קלײנע מענטשעלעך מיט א שמאָלן וועלט'באנעם. אין אונדזער ליטעראטור זײַנען אין די פארגאנגענע צײַטן געשאפן געװאָרן ניט װײניק געשטאלטן פון קליינע מענטשעלעך, זײ זײַנען געװען ארומגערינגלט מיט אן אָרעאָל פון מארטירערײ, און די לײענער האָבן געדארפט מיטפילן זיי. מיר לאכן, ליענענ- דיק שאָלעם-אלייכעמען, נאָר, אין טאָך גענומען, װי שרעקלעך איז אָט די װעלט מיט יענע מענטשן, וועלכע זײַנען געפענטעט געווען אין קייטן פון אָפּגעשטאָרבענע טראדיציעס, בא. דעקט מיט שׂימל פון אָפּגעשטאָרבענע פאָרורטיילן, פון אינטעלעקטועלער באגרענעצטקטײט.
אף וויפל ס'איז באוװווּסט, זײַנען קיין אנדערע פּרוּוון קינסטלעריש באװײַזן דאָס מענטש- לעכע געשטאלט פון שאָלעם-אלייכעמען נאָך ניט געווען אין אונדזער ליטעראטור. שטיצנדיק זיך אפן שרײַבערס וװערק גופע, אף דאָקומענטאלע יעדיעס, פארײניקט אװראָם קאהאן
פון דער ליטערארישער יערושע. דער ראָמאן , שאָלעםיאלייכעם" איז דערשינען אין דער איבערזעצונג אף רוסיש און אוקראיניש. אין , סאָוועטיש היימלאנד" דרוקן מיר אים אין א זשורנאל-וואריאנט (רעד.).
21
קונציק דאָס דערטראכטע" מיטן אויסגעטראכטן", ניט ארויסגײיענדיק אין ערגעץ אויסער די ראַמען פון װאָרהאפטיקײַט. אדאנק דעם באקומט טאקע דער ראָמאן אויך א גרויסע דערקענטעניש-װוערט. ער װעט נאָך מער פארשטארקן די ליבע פון די לײענער צום גרויסן קינסטלער-הומאניסט און װועט אנטפּלעקן די היסטאָרישע ארומרינגלונג, אין וועלכער דער קינסטלער האָט געפירט ניט קיין לײַכטן קאמף פאר דער קונסט, װאָס איז בארופן צו דינען די אינטערעסן פון פאָלק, די אידעאלן פון פעלקער"-פּרײַנטשאפט, װאָס דאָס אין אין אונדזערע טעג געװאָרן א רעאל עקזיסטירנדיקער פאקט.
אקאדעמיקער א. אי. בעלעצקי
ערשטער טײל
אנטלאַפן פון פּערעיאסלאוו
ארײַנטרעטן אין זשיטאָמירער קאזיאַנעם ייִדישן לערער-אינסטיטוט איז געװען דער גרעסטער טרוים בא שאַלעם ראבינאָוויטשן. דער יוגנט-דימיען האָט געמאָלט בילדער איינס פארביקער פונעם צווייטן: ער ווינט צוזאמען מיט זײַן כאוער, זיי לערנען זיך צוזאמען, לייענען א סאך, אמפּערן זיך. אין דער פרײַער צײַט באָדט מען זיך אין טעטערעוו, מע שיפלט זיך... און בייס די קאניקולן קומט מען אהיים, קיין פּערעיאסלאוו, אין דער אוניפאָרמע. די נעכטיקע כאוויירים זײַנען איבעראשט פון די ארויסגעזאָגטע געדאנקען וועגן פּושקינען און לערמאַנטאָװון, שעקספּירן און בײַראָנען. און די מיידלעך --זיי וואגן אפילע ניט א װאָרט אויסצוריידן, זיי רויטלען זיך בלויז און זיפצן אין דער שטיל..
צום באדויערן, זײַנען די דאָזיקע טרוימען אויסגערונען: דער אינסטיטוט איז אף אײביק פארלוירן. פאר די אויגן שטייען די כיטרע און קונציק צונויפגעשטעלטע שורעס פונעם אָפיציֶעלן אָפּזאָג: , אזויווי אין 1880 יאָר, דאָס הייסט אין דרײַ יאַר ארום נאָכן ארײַנטרעטן אין אינסטיטוט און א יאָר ביזן פארענדיקן אים, װעט ראבינאָוויטש דארפן זיך שטעלן צום פּריזיוו, פאלט דעריבער אָפּ די מעגלעכקײַט ארײַנצונעמען אים".
שאָלעם האָט זיך קיין אָרט ניט געקאַנט געפינען. װאָס זשע טוט מען איצט?
צו נאָכעם ראבינאָוויטשן אין שטוב פלעגט אָפט ארײַנקומען ארנאָלד פון די פּידװאָר- קעס --א פאָרשטאָט פון פּערעיאסלאוו. דאָס דאָזיקע מענטשל מיטן נישטיקן אויסזען און קורצן געלן בערדל האָט אף א באזונדער אויפן געקאָנט טרייסטן און אונטערהאלטן שאָלעמען.
-- הער זיך אײַן, שאָלעמקע, -- האָט ער אים איינמאָל געזאָגט. ---דו רײַס זיך ארויס פון דעם דאָזיקן געמויזעכץ, אניט װועסטו פארזונקען וערן.
-- װוּהין? -- האָט אָן שום האָפענונג געפרעגט דאָס באַכערל.
-- מירן מיט דיר געפינען װוּהין, -- מונטערט אים ארנאָלד. -- דײַן טאטע װאָלט אוואדע געװאָלט דיך זען אלס א ראש האקאָהאָל ערגעץ אין אָצענקלאָץ. נאָר ער אִיז זיך טויע. אנדערע וועגן זײַנען פאר דיר אָנגעצייכנט.
דערהערט אזא שמועס, האָט נאָכעם ניט אויסגעהאלטן;
-- זאָגט מיר, איך בעט אײַך, ארנאָלד, פארװאָס רייצט איר אָן אף מיר מײַן שאָלעמען?
-- גאָט באוואך, רעב נאָכעם, װאָס רעדט איר װאָס?
אָבער נאָכעמען איז שוין שווער אָפּצונארן.
-- און ט'איז שוין ניט דאָס ערשטע מאָל.. -- היצט ער זיך. -- צי האָב איך, כאָלילע, זיך קעגנגעשטעלט, וען איר האָט אופגעגעבן דעם געדאנק, אז מײַן שאָלעמקע זאָל זיך לערנען אין אויעזדנע אוטשילישטשע? אלע האָבן געטײַנעט: ,צוליב װאָס און צוליב וען דאפקע אין אויעזדנע!" און איך האָב דאָך געפאָלגט אײַך.
-- איז װאָס זשע, האָט איר עפשער כאראָטע?
-- ניין. נאָר אָט האָט ער פארענדיקט די אויעזדנע, איז װאָס װעט זײַן װײַטער?-- ערגערט זיך דער פאָטער.
-- צוליב װאָס זײַנען די כקירעס? -- ווערט שאָלעם אופגעזאָטן. -- איר רעדט וועגן מיר, וי וועגן א פּיצל קינד. איך קאָן מײַן שטעטל אליין באשטיין. איך וויל זיך צוגרייטן אין אוניווערסיטעט, כוויל זיך לערנען װײַטער. איצט איז אזא צײַט..
22
-- אָט װאָס מײַן זון האָט גאָר פארקלערט.. ביסט פון זינען אראָפּו פארגעס ניט, אז ביסט נאָכעם ראבינאָוויטשעס א זון.
דאָ איז אָנגעקומען דער פעטער פּיניע, דעם פאָטערס ברודער. דאָס איז א פרומער מענטש, װאָס האָט ליב געהאט, מע זאָל מיט זײַן מיינונג זיך רעכענען. שוין לאנג טראָגט ער א בייזע פּאזוכע אף ארנאָלדן, ועלכער האלט זיך פאר א נאָטארײס. , זײַן קאָפּ איז אַנגעשטאָפּט מיט אפּיקאָרסעס", -- פלעגט דער פעטער פּיניע בייז זאָגן וועגן ארנאָלדן.
דערהערט, וועגן װאַס דאָ גייט א רייד, שיקט דער פעטער פּיניע ארויס שאָלעמען, כאפּט א בייזן קוק אף זײַן עלטערן ברודער און טוט א פּאטש מיט די הענט:
-- ארנאָלד, אוי... ארנאָלד!
דאָס האָט ער מיסטאמע געװאָלט זאָגן: ,וי פארמאָגט עס א מענטש אזא ווילדן אזעס! "
ארנאָלד איז אויך געװאָרן אין קאס:
-- זאָגט מיר, איך בעט אײַך, -- שטעלט ער אָן זײַן שארף בערדל אנטקעגן דעם פעטער פּיניע, -- צוליב װאָס דארף אזא גאָלדענער קאָפּ, װי שאָלעמקע, בלײַבן שטעקן אין דער קליינשטעטלדיקער בלאָטע? װאָס װעט ער דאָ זיך דערוויסן נײַס? וועגן יעציִעס מיצראלם? ער ווייסט שוין גאנץ גוט די דאָזיקע פארשימלטע לעגענדע, די פײַנע באָבעמײַסע..
-- װוּהין זשע אייצעט איר פאָרט שיקן דעם זון, טײַערער ארנאָלד! -- פרעגט נאָך א פּאוזע דער פאָטער.
דערהערט אזא מײַסע, האָט דער פעטער פּיניע אָנגעברױגעזט די ברעמען און מיט א שטארקן קלאפּ מיט דער טיר ארויס פונעם צימער. נאָכעם האָט זיך פארלוירן, א װײַלע נאָכגעקוקט דעם ברודער, געװאָלט זיך לאָזן נאָך אים, אָבער אין דער רעגע האָט אף דער שוועל זיך באוויזן א דיקע, צעפּאטלטע רויטבאקיקע פרוי.
-- װאָס קומט דאָ פאָר? -- שרײַט זי אויס.
דאָס איז געווען נאָכעמס צווייט װײַב, װאַס ער האָט אראָפּגעבראכט פון בערדיטשעוו.
-- גאָרניט, כאנע, גאָרניט. ס'איז ניט פאר דײַן װײַבערישן קאָפּ, -- ענטפערט נאַכעם.-- זאָג מיר נאָר, אין קיך װעט בא דיר גאָרנישט ניט צוגעברענט װערן?
די פרוי האָט אומצופרידן א דריי געטאָן מיטן קאָפּ, אפּאָנעם, געװאָלט אף איר שטייגער גוט זיך אויסזידלען, אָבער, באמערקט אף ארנאַלדס פּאַנעם א ביטל-אויסדרוק, דערזען, װוי דער מאן און שאָלעם זײַנען אָנגעשפּיצט, האַט זי גענומען בורטשען:
-- בא אײַך קאָן מען זיך דערלעבן א פײַנעם קאַװעד... דײַן טאנע גאָדל, שאָלעמקע, האָט מיך שוין מעוואיעש געווען פאר דער גאנצער שטאָט.
די שטיפמאמע האָט געגעבן אָנצוהערעניש וועגן דעם אלעפבייס פון איר קאָפלשמוינע- דיקן מײַנעלאָשן, װאָס שאָלעם האָט צונויפגעשטעלט.
-- גיי זיך געזונטערהייט! -- טוט נאָכעם א מאך מיט דער האנט, און נאָכן װײַבס אוועק- גיין רעדט ער ווידער צו ארנאַלדן:
-- שאָלעמען איז ניט צו דערקענען פאר דער לעצטער צײַט. הוט און ביין איז געבליבן פון אים, אײַנגעבויגן אינדרײַען. און איר, ארנאָלד, רופט אים נאָך ערגעץ... נו, גוט, לאָמיר זאָגן, אז קיין סויכער װעט שוין מײַן זון ניט זײַן, נאַר א ראָװ--פארװאָס זאָל ער ניט ווערן א ראָוו?
-- איר הייבט שוין װידער אָן? -- ווערט ארנאָלד אין קאס.
אין די אויגן פון די פּערעיאסלאווער ייִדן האָט דער דאָזיקער קליינשטעטלדיקער פּראַ- טעסטאנט אויסגעזען קאָמיש: ער פלעגט ארויסטרעטן קעגן אײַנגעשטעלטן לעבנס-סיידער, קעגן דוירעסדיקע טראדיציעס און מינהאָגים. מ'האָט אף אים געקוקט, װי אף אן אָפּטריניקן. און שאָלעם -- פארקערט: װאָס װײַטער, האָט ער אלץ מער זיך צוגעבונדן צו אים. פון ארנאָלדן האָט ער דאָס ערשטע מאָל דערהערט אזעלכע נעמען, וי פּיסארעוו, טשערנישעווסקי, באָקל, ספּענסער. בא אים פלעגט ער קריגן ביכער, װאָס האָבן אים געעפנט די אוגן אף דער וועלט.
ניט איין מאָל האָט דער פעטער פּיניע געװאָרנט זײַן ברודער: ,נאָכעם, טרײַב ארויס אָט דעם ליידיקגייער, ער װעט דײַן קינד אראָפּפירן פונעם דערעך האיאָשער!". אויך אנדערע מענטשן פלעגן טײַנען; ;רעב נאָכעם, װוּ זײַנען אײַערע אויגן?"
און דער יונג איז װי א פארקישעפטער נאַכגעגאנגען דעם אפּיקוירעס פון די פּידװאָרקעס און אײַנגעזאפּט אין. זיך זײַנע רייד: , לערן זיך, דארפסט זיך בילדן, פאָר אװעק אין דער גרויסער וועלט ארלין..."
דאָס איז געווען א שווערע צײַט פאר דער ייִדישער יוגנט. אייניקע באָכערים האָבן זיך ארויסגעריסן פונעם שטעטל, באפרײַט זיך פון די רעליגיעזע פענטעס און פאנאטיזם און
23
אָפּגעגעבן אלע קויכעס וועלטלעכע וויסנשאפטן. זיי האָבן איבערגעריסן מיט דער נאצ;אָנאי לער באגרענעצטקײַט און זיך פארייניקט צו דער קולטור פון אנדערע פעלקער. אנדערע-- און אזעלכע איז געווען די מערהײַט ---האָבן בלינד נאָכגעפאַלגט די טראדיציעס פון זייערע טאטעס און זיידעס; אייניקע האָבן פארלאָזט דאָס צארישע רוסלאנד און, אין געיעג נאָך גליק, זיך געלאָזט אין די װײַטע לענדער.
אין זייערע אויסגעקרימטע שטיבלעך, אין די ווארשטאטן האָבן ביטער און שװער גע" האָרעװעט און געלעבט אין דאכקעס די פריילעכע שנײַדערס, דערשלאָגענע היטלמאכערס, די װערטלזאָגער -- שוסטערס, גיבערדיקע שמידן און אויסגעטריקנטע זייגערמאכערס, אײזנ" פעסטע באָנדערס און טרעגערס, פארשײַטע פּארטשיקעס און באלעגאָלעס.
אייניקע אינטעליגענטן, מאסקילים, האָבן זיך געװאָרפן פון איין פּאַליוס צום אנדערן ניט באגרײַפנדיק, װאָס זשע איז סאָפקאָלסאָף װויכטיקער פארן פאָלק --די ביבל-כאַכמע צי פּאַשעטע איװורעדיקײַט. טרוימענדיק וועגן א בעסער לעבן, האָבן זי זיך געשטיקט אין זייער שמאָלער נאציאָנאלער סוויווע אונטערן דרוק פון דער גרויסהערשערישער מעלוכישקײַט.
ס'האָבן זיך באוויזן די ערשטע ליטעראטור"פּרוּװון פון איינעם פון די ייַדישע דעמאָקרא" טישע האסקאַלע-טוער און ליטעראטוריאָנהײבער--פון שאָלעם-יאנקעוו אבראמאַװיטשן, וועלכער איז שפּעטער באקאנט געװאָרן אלס מענדעלע מױכער-ספאָרים. ער האָט װוירקלעך געזייט גוטע מידעס, עמעס און יוישער. אין א סקריפּענדיקער טאראטײַקע האָט ער ארומ" געבלאָנקט איבערן ייִדישן טכום-האמוישעוו און אָרנטלעך געטאָן זײַן זאך.
..-װוינטער 1877. פארלאָזט פּערעיאסלאוו, האָט שאָלעם שוין געהאט געזוכט ארבעט אין אייניקע ערטער און ניט געפונען. אָבער דער האָפּנונגספולער באָכער איז אדאנק זײַן לעבעדיקן און מונטערן געמיט און שטארקן כאראקטער, ניט פארייעשט געװאָרן. איין מאָל איז אים געראָטן -- עמעס, אף א קורצער צײַט--צו באקומען א גוטע קאָנדיציע בא א פארמעגלעכן סויכער אין קיעווער גובערניע. אָבער צוליב די אינטריגעס פון די אָרטיקע לערער, וועלכע האָבן אײַנגעזען אין זייער יונגן קאָלעגע א קאָנקורענט, איז ער געווען געצװוּנגען צו פאר" לאָזן די דאָזיקע שטעלע.
און אָט איז ער װידער באם טאטן אין פּערעיאסלאוו. פונדאנען דארף שאָלעם מיט א נײַער רעקאָמענדאציע-בריוו ווידער פאָרן צו א צוייטן נאָגיד. אפן מעליצע-סטיל פון אָט דעם בריוו, װאָס איז געווען אָנגעשריבן אף א ריינעם לאָשנקױדעש, האָט מען געליגט גרויסע האָפענונגען...
וי ביטער איז אָבער געווען די אנטוישונג פונעם יונג, װען דער באליאכסאניע, װוּ שאָלעם האָט זיך אָפּנעשטעלט, האָט דערציילט, אז דער אדרעסאט איז א שרעקלעכער אמ" האָרעץ. ער איז נישט נאָר ניט אימשטאנד געװען אָפּצושאצן דעם גרויסארטיקן נוסעך פון דעם בריוו, נאָר אפילע איבערלייענען ניט געקאָנט.
אָט װוּ עס שטעקט דער סאָד, פארװאָס שאָלעם ווארט שוין עטלעכע טעג און מע נעמט אים ניט אוף אין נאָגידס הויז!
אָפּגעגעבן דעם לעצטן צענער--זײַן גאנץ פארמעגן --דעם לאקיי פונעם נאָגיד, איז שאָלעם א הונגעריקער און א דערשלאָגענער געלעגן אין א קליין אלקערל פון דער אכסא- ניע הייסט עס, אז מע דארף װידער זיך אומקערן אהיים און גאנצע מעסלעסן הערן דער שטיפמוטערס גרילצנדיק קאָל, די זידלערײַען און קלאָלעס, װאָס זי שיט אף די קינדערס קעפּ. ניין, איינמאָל ניין!
פּלוצעם דערזעט שאָלעם פאר זיך דעם באל-אכסאניע.
-- איך זוך אײַך ארום אומעטום, און איר ליגט גאָר דאָ:..--זאָגט ער צו שאָלעמען
-- אף װאָס דארפט איר מיך?
-- קומט גיכער, מע ווארט אף אײַך!--נעמט אים אָן דער באליאכסאניע בא דער האנט און פירט אים ארײַן אין א העל-באלויכטענעם צימער, װוּ עס שטעלן זיך געויינלעך אָפּ כאַשעװוע לײַט, פּריצים און סאָכרים.
-- אָט איז אײַער קאָרעװ, -- װײַזט אָן דער באל-אכסאניע אף א יונגערמאן באם טיש.-- שמועסט זיך מיט אים דורך.
דעם יונגערמאנס בלויע אויגן האָבן געלויכטן מיט גוטסקײַט. אף זײַן הויכן שטערן זײַנען אראָפּגעהאנגען געקרײַזלטע קאשטאנקאָלירטע האָר, א קורץ בערדל האָט באברעמט זײַן לענג" לעך, איידל פּאָנעם.
דער יונגערמאן האָט זיך אופגעשטעלט, פארבעטן שאָלעמען צום טיש, אליין אָנגעגאָסן פונעם סאמאָוואר א גלאָז טיי און צוגערוקט צו שאָלעמען א טעלער מיט היימיש געבעקס.
24
-- מ'האָט מיר געזאָגט, אז איר זײַט פון פּערעיאסלאוו, דעם כאָשעוון נאָכעם ראבינאָווי- טשעס א זון.
-- יאָ, -- ענטפערט שאָלעם שטיל,
-- זײַנען מיר דאָך מיט אײַך קרויווים, עמעס, װײַטע, אָבער דאָך קרויווים. זאָגט מיר, זײַט מויכל, װוּהין פאָרט איר און מיט װאָס פארנעמט איר זיך?
שאָלעם האָט ניט געײַלט צו ענטפערן. ער האָט אויסגעטרונקען א גלאָז טיי און צוגעביסן מיטן געשמאקן געבעקס. ערשט ווען אין טעלער איז שוין גאָרנישט ניט געבליבן, האַט דער יונג דערציילט, װאָס אים האָט געבראכט אהערצו, און ניט פארגעסן דערמאַנען דעם געוויסן רעקאָמענדאציע-בריוו,
הינטער שאָלעמס פּלייצעס האָט עמעצער אויסגעשאָסן א געלעכטער.
-- יאָ, יאָ, דער נאָגיד האָט בעפיירעש קיין באגריף ניט אפילע ועגן אן אָס אין לאָשנ- קוידעש. ס'א סװאָרע, ער קאָן ניט צונויפציילן זײַנע אייגענע אסיגנאציעס, -- זאָגט פריילעך דער באל-אכסאניע,
דער געקומענער יונגערמאן זעצט זיך צו נעענטער צו שאָלעמען און פרעגט געלאסן:
-- צי װעט איר ניט מאסקים זײַן צו װערן א רעפּעטיטאָר בא מײַן שװועסטער? דער פאָ- טער זוכט גראָד א גוטן לערער, רײַך און כאָשעוו איז ער ניט װייניקער, װי דער היגער נאָגיד אײַערער.
אן אומגעריכטער און דערפרייענדיקער פאָרשלאָג. פאר פרייד האָט שאָלעם ניט געװוּסט װאָס צו ענטפערן. דער יונגערמאן מאכט זיך, אז ער האָט ניט פארשטאנען, װי דער באָכער איז צעמישט געװאָרן, און זיך פאָרגעשטעלט:
-- מיך רופט מען יעשוע לאֵיעװו, מײַן פאָטער עלימיילעך לאָיעוו קען מען אין דער גאנ- צער געגנט. אפילע דער גראף בראניצקי און דער גראף מאַלאָדעצקי...
נאָך א דויערנדיקן שמועס האָט שאָלעם זיך איבערצײַגט, אז יעשוע לאָיעװו איז איינער פון די יונגעלײַט, וועלכע האָבן די לעצטע צײַט זיך באוויזן אין דער קליינשטעטלדיקער סוויווע. אפילע אָנגעטאָן איז ער געווען ניט װי אלע: אין א גאנץ פײַנעם גארניטער מיט א גרויען שניפּס, װאָס האָט זיך ארויסגעשטעקט פון אונטער דעם ווייכן קאָלנער אפן אייבערשטן שעמע- רירנדיקן װײַסן העמדל, אף די שווארצע פארקנעפּלטע שיך זײַנען געווען אָנגעטאָן גאלאָשן מיט לאנגע נעז. װי עס האָט זיך ארויסגעוויזן, איז לאָיעװ באָקי ניט בלויז אין טאלמוד, ער ווייסט אויך אף אױיסװײיניק לידער פון די מיטלאלטערלעכע דיכטער -- יעהודע האלייווי, שלוי- מע געביראָל, מוישע איבן עזרע. היינעס לידער וועגן יעהודע האלייווי האָט ער געלייענט אף דײַטש און דערמיט ענדגילטיק געפאנגען דעם יונגן באַכער.
שאָלעם האָט זיך פארינטערעסירט, צי קען יעשוע די דאָזיקע לידער אויך אין דער רוסי- שער איבערזעצונג.
-- ניין, -- ענטפערט דער יונגערמאן.
דעמלט האָט שאָלעם א בליץ געטאָן מיט זײַנע קענטענישן. אויסגעהערט, איז לאָיעװו אופ- געשטאנען, זיך א גלעט געטאָן דאָס בערדל און פעסט געזאָגט:
-- טוט זיך אָן! מיר װעלן פאָרן קיין באָסלעװו -- דאָרט געפינט זיך איצט מײַן פאָטער.
יעשוע איז ארויס פונעם צימער. אינגיכן איז ארײַנגעקומען דער פורמאן אנדריי נאָך שאָלעמס זאכן. כידעשט זיך שאָלעם: וי קומען צו אים זאכן? ער פארמאָגט בלויז אָט דאָס פּעקעלע. אנדריי האָט מיט איין פינגער גענומען שאָלעמס פארמעגן און פארבעטן דעם ,פּא- ניטש? גיין נאָך אים.
אין פאעטאָן איז געווען ווארעם און געמיטלעך. ביז באָהוסלאוו איז מען געפאָרן שװײַגנ- דיק.
ס'האָבן זיך שוין באוויזן די ערשטע שטיבער פונעם אלטן שטעטל, און דער פאעטאָן האָט זיך אָפּנעשטעלט לעבן אן אכסאניע. אין דער נאָז האָט א זעץ געטאָן א שטארקער רייעך פון איבערגעפוילטן היי און פערדן-שווייס.
שאָלעם האָט אומרויק געווארט אף דער פאַרשטייענדיקער באגעגעניש מיט לאַָיעװס פאָטער. אראָפּ פונעם פאעטאָן, האָט שאָלעם גענומען ארומשפּאנען איבערן הויף. דאָ דארף באשלאָסן ווערן זײַן גוירל. דער יונגער לאָיעװ האָט אים צוגערופן.
-- באלד װעט ארײַנקומען מײַן פאָטער, -- האָט ער געזאָגט. -- ער האָט ניט ליב צו ווארטן,
שאָלעמען האָט איבעראשט דער אויסזען פונעם אלטן לאָיעוו. א הויכער, א לאנגבערדי- קער, האָט ער אויסגעזען גאנץ מונטער און קרעפטיק. דער זון האָט פאָרגעשטעלט דעם לערער. עלימיילעך לאָיעוו ציט אויס די האנט און פרעגט:
29
--- וי רופט מען דיך?
בא אן אנדער געלעגנהײַט װאָלט שאָלעם געוויס זיך באליידיקט פאר דעם ,דו", אין וועלכן ס'האָט זיך געפילט א געוויסער פּריצישער ביטל. איצט אָבער האָט ער זיך צוריקגע- האלטן און באשיידן אָנגערופן זײַן נאָמען און דעם פאָטערס נאָמען. דער אלטער שאַקלט צוי פרידן מיטן קאָפּ: ער קען און געדענקט נאָכעם ראבינאָוויטשן.
דער אלטער לאָיעו האָט זיך בעסער אײַנגעמאָסטעט אין דער ווייכער שטול. גלעטנדיק די צעוואקסענע גראָוו װערנדיקע באָרד, האָט ער פּאמעלעך געזאָגט:
-- מײַן זון זאָגט, אז דו ביסט באָקי אין אונדזערע ספאָרים. אויב אזוי, איז זייער ווויל. אָבער אלע וויסנשאפטן האָבן די װערט א שמעק טאבאק, אוב מע קאָן זיי ניט אָנװענדן אין דער פּראקטיק. פארשטייסט מיך, שאָלעמקע?
-- ניט אינגאנצן, -- טוט זיך א קנייטש דער יונג.
מיט ניט קיין אײַלנדיקער האנט-באוועגונג האָט דער אלטער אָנגעוויזן אפן פענצטער- ברעטל, װוּ ס'איז געשטאנען טינט און פעדער.
-- באלד וועסטו פארשטיין. מירן פּרוּװון, אשטייגער, אָנשרײַבן א בריוו צום דירעקטאָר פון לוטשאנסקער צוקער-זאװאָד -- אין רוסיש, נאטירלעך. דאָס איז א גאנץ בעקאָװעדיקער מענטש. הייב אָן פונעם טיטל, פון דער ווענדונג צו אים, דערנאָך װעל איך דיר זאָגן װאָס צו שרײַבן װײַטער. װאָס ביסטו רויט געװאָרן?: שעמסט זיך?! איך האָב דיר שוין געזאָגט, אז קענטענישן האָבן דעמלט א װערט, ווען זיי זײַנען פּראקטיש נוצלעך. איך האָב באגעגנט מענטשן, וועלכע קענען אף אױיסװייניק די גאנצע געמאָרע, און הייס זיי אַנשרײַבן א בריוו-- איז ני בע, ני מע, ני קוקארעקו.
בא שאָלעמען איז דורך א געדאנק: ,עפשער אָפּזאָגן זיך פון אָט דעם דערנידעריקנדיקן עקזאמען?! שוין צופיל דערלויבט זיך דער גאָדלדיקער אוישער". אָבער א צווייטער געדאנק פארטרײַבט גלײַך דעם ערשטן;: , דו נייטיקסט זיך אין א שטעלע, איז צוליב װאָס זיך אקשע- נען..." און, אויסגעהערט, אין װאָס דאָ האנדלט זיך, האָט ער גענומען די פעדער אין האנט, אײַנגעטונקען אין טינט און אָנגעהויבן אפגיך צו שרײַבן.
לאָיעוו מיטן זון האָבן אופמערקזאם נאָכגעשפּירט נאָך דער פעדער, װאָס האָט זיך גע- גליטשט איבערן פּאפּיר.
אינגיכן האָט שאָלעם דערלאנגט דעם ארענדאר א גרייטן ברייוו. לאָיעו האָט ארויס- גענומען פון קעשענע זײַנע גאָלדענע ברילן, ארופגעזעצט זיי אף דער נאָז און מיט צוגעזשמו- רעטע אויגן גענומען לייענען. די ברייטע, געדיכטע ברעמען האָבן זיך אראָפּגעהאנגען איבערן פּאפּיר, די דיקע ליפּן האָבן געשעפּטשעט, דערנאָך זיך צעשװוּמען אין א צופרידן שמייכעלע.
-- און איצטער זעץ איבער דעם זעלביקן טעקסט אף לאַשנקױדעש. -- באמערקט, אז דער באָכער כידעשט זיך, דערקלערט לאָיעוו: -- דער דירעקטאָר פונעם זאװאָד איז א פרו" מער ייִד. ער װעט זײַן גערירט, אז מע װועט זיך צו אים ווענדן אף דער שפּראך פון אונד-" זערע אָװעס.
פאר עטלעכע מינוט האָט שאָלעם איבערגעזעצט דעם טעקסט אין כאראקטעריסטישן פאר יענער צײַט מעליצע-סטיל -- ער האָט אים פרײַ און זייער קונציק באהערשט. דער אלטער טוט דער אָן די ברילן, לייענט דורך דעם בריוו און, גאָרנישט ניט זאָגנדיק שאַ- לעמען, הייסט ער דעם זון ארײַנרופן אנדרייען.
-- גרייט צו די בריטשקע, -- האָט ער באפוילן. דערנאָך געפרעגט שאָלעמען: -- האָסט װאָס אָנצוטאָן? ס'איז קאלט, װעסט, ראכמאָנע ליצלאָן, פארפרוירן ווערן. -- און, ניט דער- ווארטנדיק זיך אף ענטפער, נאָכגעשריגן אנדרייען: -- גיב דעם יונגנמאן די בורקע.
דער פורמאן ברענגט ארײַן די בורקע, העלפט שאַלעמען ארײַנקריכן אין איר.
...זיצנדיק אין דער ברייטער בריטשקע לעבן יעשוען, האָט שאָלעם אײַנגעדרעמלט. ערשט ווען די פערד האָבן זיך אָפּגעשטעלט, האָט ער דערהערט דעם אלטן לאַָיעװוס מעכטיק קאָל;
-- און אָט זײַנען מיר אין דער היים!
אין דער טיף פונעם הויף האָט שאָלעם דערזען א גרויס הויז מיט װײַסע קאָלאָנעס. אין בייןזהאשמאָשעס האָט אפן גאנעקל שוואך זיך אויסגעטיילט די פיגור פון א לאקיי. א יינ געלע, װאָס איז ארױיסגעלאָפן פונעם הויז, האָט געשיקט געכאפּט די זאכן פונעם שליטן און זיי אוועקגעלייגט לעם לאקיי.
שטייענדיק אפן גאנעקל, האָט לאָיעוו באפוילן אוועקפירן דעם לערער אין גרויסן ציי מער פונעם מעזאָנין. דער לאקיי האָט זיך פארנייגט און אוועקגעפירט שאָלעמען איבערן באלויכטענעם קאָרידאָר. אהערצו זײַנען דערגאנגען מוזיקיקלאנגען;: עמעצער האָט גע- שפּילט פּיאנע.
26
ווען שאָלעם איז געבליבן אליין אין גרויסן באשיידן מעבלירטן צימער, איז ער צוגעגאנ- גען צום שפּיגל און האָט דערזען זײַן בלייך, אויסגעמאטערט פּאַנעם. טאקע לעם שפּיגל שטייענדיק האָט אים געטראָפן דער דינער -- דאָס ייַנגעלע, וועמען מ'האָט געשיקט רופן דעם לערער צו דער וועטשערע. שאַלעם האָט בעכיפּאָזן זיך צוגעקעמט, אױסגעגלײַכט און ארופ- געצויגן די צעקנייטשטע הויזן און זיך געלאָזט אין עסיצימער.
אױבנאָן בא א גרויסן טיש, װאָס איז געווען באדעקט מיט א שניי-װײַסן טישטעך, איז געזעסן דער באלעבאָס אליין. רעכטס פון אים -- א שיינע, נאָך א גאנץ יונגע פרוי -- לאָיעװוס צווייט װײַב, ראָכל; לינקס -- א מיידל פון א יאָר פופצן. מיט אירע גלאנצנדיקע געכוואליעטע האָר, מיט די טונקעלע ברעמען איבער דער איידעלער נאָז, מיט דער פאָרם פונעם פּאָנעם -- איז זי אינגאנצן ענלעך געווען אף דער מוטער. פונעם פּאָטער האָט די טאָכטער געיארשנט בלויז דעם טיפן און הערשערישן בליק. דאָס מיידל איז בעפיירעש געווען שיין, דערבײַ -- און דאָס האָט שאָלעם בא זיך גלײַך באשלאָסן -- באשיידן. בייס דער ווע- טשערע האָט זי קורץ געענטפערט אפן טאטנס אָדער דער מאמעס פראגעס. בלויז איין מאָל זיך געווענדט צום ברודער מיקויעך דעם, צי האָט ער איר געבראכט דאָס צוגעזאָגטע ביכל.
שאָלעם האָט זיך געסטארעט ניט צו קוקן אין דער זײַט, װוּ דאָס מיידל איז געזעסן ערשט נאָכן לעצטן געריכט האָט ער זיך דערפילט א ביסל היימישער און דערציילט א קאַ- מישע געשיכטע פון זײַנע קינדער-יאָרן. לאָיעװס טאָכטער האָט זיך שטארק צעלאכט, נאָר גלײַך פארשטעלט מיט דער סאלפעטקע דאָס מויל און שולדיק געכאפּט א קוק אפן פאָטער.
דעמלט האָבן דער באָכער און דאָס מיידל דאָס ערשטע מאָל זיך באגעגנט מיט די בליקן.
דער באלעבאָס שטייט אוף פון טיש. דאָס האָט באטײַט, אז די וועטשערע איז פארענדיקט.
..אלץ האָט גאנץ גוט זיך אָנגעהױבן. פאר דער לעצטער צײַט איז שאָלעם דאָס ערשטע מאָל אײַנגעשלאָפן מיט א רויַקן, מענוכעדיקן שלאַף.
פּאוועל גאַראַװאַי
שוין אריבער א האלב יאָר, זינט שאָלעם האָט זיך באזעצט אין סאָפיעווקע, אין עליי מיילעך לאָיעווס מאיאָנטעק. כוץ שאבעס, פלעגט שאָלעם יעדן טאָג אין די נאָכאַנבײַסן- און נאָכמיטיק-שאָען זיך פארנעמען מיט לאָיעווס טאָכטער -- אָלגע. דעריקער זײַנען דאָט געווען פאָרלעזונגען אין דער רוסישער שפּראך. געלייענט האָט מען אלץ, װאָס איז געקומען צו די הענט, -- הײַנטצײַטיקע פּעטערבורגער זשורנאלן, קלאסיקער, דיומאס ראָמאנען און ראָמאנען פון אנדערע אויסלענדישע אװוטאָרן, װאָס האָבן אין יענע יאָרן פארפלייצט דעם ביכער-ימארק. געוויינלעך האָט דער לערער רעקאָמענדירט דער שילערן דורכלייענען עפּעס א בוך, און דער- נאָך האָט מען אים באהאנדלט צוזאמען, געכקירעט און ווידער איבערגעלייענט פונדאָסנל.
שאָלעם אליין האָט, פּונקט װי זײַן שילערן, אײַנגעשלונגען יעדן נײַידערשינענעם בוך. אָפט פלעגט טרעפן, אז דאָס, װאָס איז נעכטן געווען דער בארג-שפּיץ אין דער ליטעראטור, איז הײַנט אנטקרוינט געװאָרן. אומשטרײַטבאר איז באם יונגן לערער פארבליבן בלוין די מוזע פון פּושקינען און גאָגאָלן. פון גאָגאָלס װערק איז שאָלעם געווען אנציקט. אין זײַנע ערשטע ליטערארישע פּרוּוון האָט ער זיך אפילע געסטארעט נאַכמאכן גאָגאָלן. אָבער פאר קיינעם, אפילע פאר זײַן שילערן, מיט וועלכער סהאָבן זיך בא אים אײַנגעשטעלט גאנץ פרלינטלעכע באצלונגען, האָט ער בא זיך ניט געקאַנט פּױעלן צו באװײַזן זײַנע דורך די נעכ באשריבענע זײַטלעך אף רוסיש, העברעיש און ייַדיש.
-- מיר דארפן אויך האָבן א גאָגאָל, -- האָט זיך בא אים איינמאָל ארויסגעכאפּט.
-- וועמען מיינט איר עס , מיר"? -- האָט געפרעגט אָלגע.
-- װאָס הייסט? אונדזער פאָלק. מע דארף לאכן דורך טרערן.
אָלגע טוט א כיטרע קוק אפן לערער און זאָגט מיט כויזעק:
-- דערװײַל, סאָלאָמאָן, פארקעמט איר זיך בלויז וי גאָגאָל.
-- איך? מעגלעך... -- מורמלט שאָלעם.
יענעם טאָג האָבן זיי געלייענט פּושקינס ליד:
6486סעא 21106ץזי 1110זאסח 40 ,14 48111208 0401 11606240 ,86 0.1611106זאזוזא 1688 .8800 /110701ט 6111 1688
27
דעם לערערס שטים האָט אומרויק געציטערט. ס'האָט זיך געװאָלט איבערגעבן אָלגען די װוּנדערלעכע מוזיק פונעם פערז, דעם אָטעם פון יעדער שורע. װען שאָלעם האָט פא- רענדיקט, האָבן ביידע עטלעכע מינוט געשוויגן. דערנאָך האָט דאָס מיידל האסטיק זיך א ריס געטאָן צום פענצטער, געבליבן שטיין פארטראכט און נאָכדעם שטיל געזאָגט:
--- לייענט דורך נאָכאמאָל. סארא װוּנדערלעכע שורעס! א פארגעניגן!
וי פיל מיידלעך, וועלכע זײַנען אופגעוואקסן אין דאָרפישער פארװאָרפּנקײַט, איז אויך אָלגע געווען אײַנדרוקספול.
איינמאָל האָט דער לערער איר דערציילט וועגן א באגעגעניש מיט זײַנעם א באקאנטן ארבעטער פונעם לוטשאנסקער צוקער-זאװאָד -- פּאװועל גאָראָװאָי, וועגן אן אומגליק, װאָס יענעם האָט געטראָפן: קוצענקאָ, דעם פּאָרעצעס זון, זייער שאָכן, האָט פארגוואלדיקט דעם ארבעטערס יונגע פרוי. גלײַך אפן אָרט האָט שאָלעם כאראָטע געקראָגן, װאָס ער האָט דער- ציילט די דאָזיקע טרויעריקע געשיכטע, װײַל אָלגעס אויגן זײַנען פול געװאָרן מיט טרערן, דאָס פּאַנעם אירס האָט זיך געמינעט.
שאָלעם האָט ניט געקאָנט פארגעסן, װי פריער מיט צויי יאָר איז פאָרגעקומען זײַן באקאנטשאפט מיט גאָראָװאָיען.
..אף א שיף, װאָס איז געגאנגען קיין קאנעוו, האָט ער דערזען א בלאָנדן יונג אין פּאָד סטעלעס. דער יונג איז געזעסן אפן דיל פון שיפדעק, לעבן אים איז געלעגן א טאָרבע מיט עסנווארג. ארויסבאקומען פון דאָרט א שטיק קאָרנברויט מיט אן עפּל, האָט יענער גענומען עסן. װײַזט אויס, דער יונג האָט דערפילט אף זיך שאָלעמס אָנגעשטרענגטן בליק, האָט ער א ביסל גראָבלעך געפרעגט:
-- װאָס קוקט איר אף מיר אזוי?
-- אזוי זיך... װוּהין פאָרט איר? -- פרעגט שאָלעם. אים איז שוֹין אליין שװער געווען צו פארשטיין, װאָס אזוינס האָט אים צוגעצויגן צו דעם דאָזיקן פּוערישן פּארובאָק.
די שיף האָט זיך אלץ דערװײַטערט פון די היימישע ברעגן, ס'האָט זיך געהערט אן אומופהערלעכע וואסער-פּאטשערײַ. א שיינער ליטערער טאָג פון פריען הארבסט איז גע- שטאנען אין דער געגנט. מענוכעדיקע שטילקײַט איז געװען צעגאָסן אין דער לופט, און דאָס האָט גוירעם געווען צו א פרידלעכן שמועס, צו הארציקער אופריכטיקײַט.
דער יונג שלעפּט ארויס פון דער טאָרבע א שיינעם עפּל און דערלאנגט זײַן שאָכן. שאָ- לעם נעמט דעם עפּל און דאנקט אָפּ.
-- איר ווילט וויסן, װוּהין איך פאָר! -- איצט האָט שוין פארפירט דעם שמועס דער העלהאָריקער יונג. -- צו טאראסן אפן קייווער.
-- איך פאָר אויך אהין, -- דערפרייט זיך שאָלעם.
-- קומט אויס, אף איין וועג... -- זאָגט דער יונג.
ער רוקט זיך צו נעענטער צו זײַן שאָכן, קוקט אים גלײַך אין די אויגן, וי איינער רעדט: .װאָס, אייגנטלעך, האָסטו פאר א שײַכעס צו אונדזער טאראס??" שאָלעם פארשטייט די דאָזיקע שטומע פראגע, װאָס דער פּױערישער פּארובאָק האָט ניט געוואגט ארויסברענגען פארן מויל.
װיַאזוי דערקלערט מען עס דעם דאָרפישן באָכער די ליבע שאָלעמס צו טאראס שעוי טשענקאָס שירים? שאָלעם װאָלט געקאָנט איצט איבערלייענען אף אױיסװײיניק דעם קאָבזארס פיל לידער, אָבער ער האָט אָפּגעשװיגן. אים האָט נאָך זיך פארװאָלט דערוויסן, װאָס אזוינס האָט גוירעם געווען, זײַן נײַער באקאנטער, וועלכער קאָן, מיסטאמע, קוים לייענען זאָל זיך לאָזן פון דער היים צום דיכטערס קייווער. און ער באשליסט זיך װענדן צום פּארובאָק מיט דער זעלביקער פראגע, װאָס יענער האָט אין געדאנק אים פאָרגעלייגט:
-- און... װאָס טראָגט אײַך צו טאראסן?
-- מיסטאמע דארף איך, -- קומט א רויַקער ענטפער.
-- װאָס, אשטייגער? -- איז שאָלעם נײַגעריק.
און... מע האָט זיך צערעדט.
פּאוולאָ גאָראָװאַי האָט לאנג דערציילט וועגן זיך. אליין איז ער פון הינטער באָהוסלאוו. קליינערהייט געבליבן א קײַלעכיקער יאָסעם. און װי עס לעבט זיך א יאָסעם, איז באװוּסט. אויך איצט לעבט זיך ביטער: מע האָרעװעט טאָג און נאכט אין פעלד און מע פארדינט קוים אף ברויט. באם דיאק זיך אויסגעלערנט ליענען, צוביסלעך געלייענט, װאָס נאָר ס'איז געקומען צו דער האנט. איינמאָל געפּאקט דעם ,קאָבזאר". פון טאָװל צו טאָװל אים אײַנ-י געשלונגען, שפּעטער ווידעראמאָל דורכגעלייענט. װאָס פאר א קראפט, װאָס פאר אן עמעס שטעקט אין שעװוטשענקאָס לידער! פון מענטשן זיך דערװוּסט, אז גאָר נאָענט געפינט זיך
28
זײַן קייווער. האָט ער באשלאָסן אָנשטאָט פאָרן אוילע-רעגל זײַן אין קיַעװער-פּעטשערסקער לאוורע, וי דאָס טוען פיל פון זײַן דאָרף, איז שוין גלײַכער זיך לאָזן קיין קאנעוו פארנייגן דעם קאָפּ פארן קייווער פונעם באליבטן דיכטער.
נײַע געדאנקען זײַנען אופגעקומען בא שאָלעמען. אפּאָנעם, זײַן פאָרשטעלונג ועגן פּויערים איז אינגאנצן ניט קיין ריכטיקע: גאנץ װײַט זײַנען געווען די אָרעמע טוישווים פון זײַן שטעטל מיט זייער פארגליווערטן שטייגער פון די פּויערים מיט זייער ביטערער דאַליע.
קיין קאנעוו זײַנען זיי אָנגעקומען באגינען. ארום -- שטיל-שטיל, קיין ווינטל, קיין שאָרך. די בלוילעך-גראַװע דניעפּער-וואסער איז װוי פארגליווערט. פון יענער זײַט טײַך זעט זיך א וועלדל, װי א גרינער שוימער, װאָס דערמאָנט מיט די שארפע ביימער-שפּיצן אן אוראלטן שלאָס, איבער וועלכן עס הויערט א סוידעספולע װעלט. אינדערעמעסן איז דאָרטן, וי אומעטום, װוי אינעם דערפל, פונוואנען פּאװעל איז געקומען צו פאָרן, אזוי ביטער, דאלעסדיק און שװער דאָס לעבן פון די פּויערים, פאר װועלכע סהאָט זיך אײַנגעשטעלט טאראס שעווטשענקאָ.
שפּאנענדיק נאָך גאָראָװאיען, וועלכער האָט האסטיק ארופגעשטיגן אפן טשערנעצער בארג, האָט ער געזען, וי פּאװועל איז צוגעפאלן צו שעווטשענקאָס קייווער און, שטייענדיק אף די קני, האָט יענער לאנג עפּעס געמורמלט. שאָלעם האָט ניט געהערט, נאָר אָנגעשטױסן זיך, אז דאָס קלינגען שטיל סטראָפּעס פון שעװוטשענקאָס לידער.
,אוב אזא פּאַשעטער דאָרפס-יונג פילט אזוי איידל שעװװוטשענקאָס לידער, --האָט גע- קלערט שאָלעם, -- הײַנט וי גרויס און מעכטיק איז די אופווירקונגסיקראפט פון דיכטערישן װאָרט אפן מענטש!". א סימען איז דאָס, װאָס שאָלעם געפינט זיך איצט דאָ באנאנד מיטן פּויערישן באָכער. װען דערפון זאָלן זיך דערוויסן אייניקע בעקאַװעדיקע פּערעיאסלאווער אײַנװוינער, װאָלטן זי אים אויסגעלאכט און, מעגלעך, אים פארכארמעט. אָבער װאָס גייט עס אָן שאָלעמען! ער איז העכסט צופרידן פון זײַן באקאנטשאפט מיט פּאוולען, וועלכער פילט אזוי טיף דעם פאָלקס-דיכטער.
שאָלעם און פּאוועל האָבן זיך געזעגנט און צעשיידט װי גוטעפרײַנט.
-- ..הייסט עס, מיט דעם זעלבן באָכער האָט איר הײַנט זיך באגעגנט?--האָט אָלגע געפרעגט, ווען שאָלעם האָט געענדיקט דערציילן.
-- יאָ, מיט דעם זעלביקן. ער איז, נאטירלעך, מענערישער געװאָרן, זיך געענדערט. איצט איז ער אן ארבעטער, -- באשטעטיקט דער לערער און גיט צו: -- דערשלאָגן, נעבעך, פון זײַן אומגליק.
דערװוּסט זיך, אז אָלגע האָט צוליב עפּעס געװיינט, זײַנען די עלטערן אומרויק גע- װאָרן. לאָיעװו האָט פארבעטן צו זיך דעם לערער, אָנגעהױבן, װי געויינלעך, פון א ויץ, געשטעלט עטלעכע פראגעס, װאָס האָבן קיין שום שײַכעס ניט געהאט דערצו, וועגן װאָס דער אלטער האָט געװאָלט זיך דערקונדיקן, און אומגעריכט זיך צערעדט מיקויעך דעם, אז אָלגע איז, אפּאָנעם, פון עפּעס באטריבט. צי ווייסט ניט דער לערער, װאָס איז פאָר- געקומען?
שאָלעם מאכט זיך, אז ער ווייסט ניט פון עפּעס צו זאָגן. דעמלט בעט לאַיעוו שאָלעמען זיך דערוויסן בא זײַן טאָכטער די סיבע, איבער װאָס זי האָט געװיינט, און אים, לאָיעװן, מיטיילן.
שאָלעם האָט געענטפערט דרייסט און געוואגט, אז ער קאָן ניט זײַן קיין מוסער און וועט קיינמאָל אזעלכס ניט טאַן.
לאָיעװו האָט אופגעקאָכט. אקצענטירנדיק יעדעס װאָרט, האָט ער געזאָגט, אז יעדער פאָטער איז מעכוּיעוו זיך אינטערעסירן מיט דער טאַכטערס געזונט און מיט אירע שטימון- גען, און אז דעם לערערס פליכט איז מיטיילן וועגן דעם איר פאָטער.
אין א מינוט ארום, ועלנדיק צונישט מאכן דעם אומאָנגענעמענעם אינצידענט, טוט לאָיעוו א שמייכל און זאָגט מיט אן אומגעוויינלעכן פרײַנטלעכן טאָן:
-- דעם עמעס געזאָגט, איז מיר בעפיירעש געפעלן דײַן ענטפער. איך מיין אָבער, אז דעם לערער דארף אויך זײַן ציקאווע צו וויסן, פארװאָס ערגערט זיך זײַן שילערן.
אויך אין דעם פאל האָט שאָלעם זיך ניט פארלוירן. זײַן אופגאבע, האָט ער געזאָנט, באשטייט דערין, ער זאָל פארברייטערן דעם מיידלס קוק אף דער װעלט; װאָס איז שײַעך איר נעשאָמעיצושטאנד, איז דאָס אָלגעס און אירע עלטערנס זאך.
שאָלעמס כקירעס זײַנען געווען דעם אלטן צום הארצן. ער האָט זיך אופגעהויבן פון דער שטול, צוגעגאנגען צום לערער און לײַכט אַ דריק געטאָן אים באם אקסל. קעדיי צו
29
באװײַזן נאָך מיט עפּעס, אז ער איז ווילגענייגט צום לערער, האָט לאָיעוו אף דעם טאָג אים באפרײַט פון פירן די קאַָרעספּאַנדענץ.
א גאנצע װאָך איז אָלגע געווען אונטערן אײַנדרוק פון דער געשיכטע מיט גאָראָװאָיס װײַבל. אף איינעם א לימעד האָט דאָס מיידל אויסגעדריקט איר פארלאנג צו באגעגענען זיך מיט איר, דער דאָזיקער פרוי. עפשער װעט זי מיט עפּעס קאָנען העלפן דער אומגליקלעכער און געליטענער.
-- מיט װאָס? -- האָט שאָלעם זיך פארינטערעסירט.
-- אפילע כאָטש מיט א גוט װאָרט,--האָט נאָך א װײַלע קלערן געענטפערט דאָס מיידל,
פּאוועל גאָראָװאָי האָט געװווינט עטלעכע װערסט פון סאָפּיעווקע. האָט אָלגע באשלאָסן, אז אויב אנדריי וועט מאָרגן זײַן פרײַ, װעט ער זי צופירן אהינצו. אויב ניט --װעט זי זיך לאָזן צופוס.
פארטאָג איז אנדריי ערגעץ אוועקגעפאָרן. כוץ דעם, האָט אָלגען זיך ניט אײַנגעגעבן ארױיסרײַסן פון אונטער דער מאמעס האזשגאָכע. פאר פארדראָס איז דאָס מיידל אין אָװנט ניט ארויסגעגאנגען צו דער וועטשערע--זי פילט זיך, קלוימערשט, ניט מיט אלעמען.
דער פאָטער האָט געזאָטן פון קאס. פארגעסנדיק אינעם שמועס, װאָס ער האָט ערשט ניט לאנג געהאט מיטן לערער, האָט ער געפרעגט שאָלעמען, צי ווייסט ער ניט, װאָס האָט פּאסירט מיט אָלגען, דערנאָך כיטרע א װוּנק געטאָן און זיך געװוענדט צום װײַב:
-- ווען איך בין די מוטער, װאָלט איך זיכער געװוּסט, װאָס איז מיט דער טאָכטער.. דער פרוי איז געווען ניט צום הארצן דער פאָרװוּרף, זי האָט זיך אופגעהויבן פון אָרט און ארויס פון צימער.
אין עטלעכע טעג ארום האָט שאָלעם ווידער זיך באגעגנט מיט גאָראַָװאָיען. יענער האָט אויסגעזען פארכוישעכט און טרויעריק. ביידע האָבן זיך צוגעזעצט אף א געפאלענעם בוים און שװײַגנדיק לאנג געקוקט אין דער װײַט. שוער געװוען צו זען בא א יונגן, קרעפטיקן מאנספּארשוין טרערן אין די אויגן.
-- איך װאָלט מײַנע הענט ניט געװאָלט אויסשמירן אין דעם דאָזיקן בארטשוק, נאָר נעקאָמע על איך נעמען אין אים, איר װעט א סימען האָבן--האָט פּאוולאָ שטיל געזאָגט.
אין עטלעכע טעג ארום איז צו לאָיעװן אין אָװנט געקומען צו פאָרן דער פּאָרעץ קוצענקאָ. דער באלעבאָס מיטן גאסט האָבן זיך פארשפּארט אין קאבינעט. אן אומרויַקע איז אָלגע צוגעלאָפן צום סאָד-בײַדל, װוּ דער לערער האָט ליב געהאט צו זיצן, און אים דער- ציילט, אז זייער שאָכן איז עפּעס אופגעבראכט, אז זי האָט אליין געהערט, וי יענער האָט דערמאַנט שאָלעמס נאָמען.
-- װאָס קאָן עס באטײַטן?
-- איך ווייס ניט, -- קנייטשט שאָלעם מיט די אקסלען.
-- איך װעל וידער גיין אהין, עפשער װעל איך זיך עפּעס דערוויסן. און איר זיצט דאָ, -- זאָגט אָלגע און לויפט אוועק.
שאָלעם איז אומרויק. זאָל זײַן, ס'איז געשען עפּעס שרעקלעכס.. אויב פּאװלאָ האָט געטאָן אזוי, װי ער האָט דעמלט געזאָגט, אויב נאָר ער האָט אָפּגעצאָלט דעם בארטשוק,.-- איז ער א יונג מיט ביינער!
אין סאָד איז געווען שטיל. שטערנדלעך האָבן איינס נאָכן אנדערן זיך געקײַקלט אין טונקעלן אָפּגרונט פון דער זומערדיקער נאכט.
שאָלעם שפּירט נאָך די שטערן און הערט ניט אוף צו קלערן, צוליב װאָס איז עס דער פּאָרעץ אומגעריכט געקומען.
-- סאָלאָמאָן, מע רופט אײַך, -- דערהערט ער אָלגעס שטים.
-- װער? -- ציטערט אוף שאַלעם.
-- דער טאטע.
שאָלעם לאָזט זיך צו דער שטוב, אָלגע דעריאָגט אים קוים.
-- קוצענקאָ איז שוין אװועקגעפאָרן? -- פרעגט ער, אײַלנדיק זיך.
-- ניין, ער איז נאָך באם טאטן.
שאָלעם האָט אָנגעקלאפּט אין דער טיר און איז ארײַן אין לאָיעװוס העל-באלויכטענעם קאבינעט.
5" 30
דער באלעבאָס איז, װוי געוויינלעך, געזעסן אף זײַן אָרט באם טיש. דעם ברייטן פַּליו- שענעם שטול האָט פארנומען אן אױסגעכאַליעטער מאנצבל מיט א גרויסן קאָפּ און היפּשע געזיכטישטריכן. ער האָט געהאלטן אין מויל אן אלטמאָדישע פּיפּקע, מיט וועלכער לאַיעוו פלעגט שטענדיק אופנעמען די געסט.
קוצענקאָ האָט א קוק געטאָן אפן יונג און מיט װירדע צעגלעט זײַנע לאנגע קונציק פארדרייטע װאָנצעס.
-- אָט דאָס איז ער, ניקיטא מאקסימאָװיטש, -- האָט לאַיעװו אָנגעװיזן אף שאָלעמען. -- מיסטאמע געציילט די שטערן אין הימל. איאָ, כ'האָב געטראָפן?
שאָלעם כאפּט פארלוירן א קוק אף לאָיעון. ;בעפיירעש געטראָפן!? אָבער באלד זיך גענומען אין די הענט און רויִק געענטפערט:
-- ניין, איך בין ניט קיין שטערנציילער,
קוצענקאָ האָט שװײַגגדיק באטראכט שאָלעמען, וועלכער דערפילט זיך ניט איבעריק גוט פון אזא מעשונעדיקן קוקן. מ'האָט אים אפילע ניט פאָרגעלייגט זיך צוזעצן. נישט קיין גוטער סימען. אן אומרויקער געדאנק איז דורכגעפלויגן אין מויעך: ,עפּעס ווארט אף אים ניט קיין גוטס..,"
דער באלעבאָס און דער גאסט האָבן קלוימערשט פארגעסן אין דעם ארײַנגעקומענעם און אומגעקערט זיך צום איבערגעריסענעם שמועס.
-- אונדזערע ערד-באזיצער, מיכאיל אָסיפּאָװויטש, -- האָט מיט א סאָלידן באס געטײַנעט קוצענקאָ, -- װאָלטן קיין טאָעס ניט געמאכט, װען זיי גיבן אָפּ אין ארענדע זייער ערד אײַערע טאראשטשער, אומאנער און שפּאַלער ייִדן. דער גראף בראַניצקי האָט דאָך פיל געװוּנען פון אײַער באלעבאטעווען. לויט דער אלטער טראדיציע האָבן מיר מוירע אָפּגעבן די ערד אײַערע ייִדן אין דער צײַט, ווען איר פארוואנדלט מידבאָריעס אין בליענדיקע טאָלן.. וי דענקט איר, יונגערמאן, -- דרייט זיך פּלוצעם אויס קוצענקאָ צום לערער, -- ס'איז קעדײַ אַפּצוגעבן די ערד אין ארענדע אזעלכע מענטשן, װי מיכאיל אָסיפּאָװיטשן? װאָס האָט ער ניט אופגעטאָן, אײַער באלעבאָס, אין אָט דעם מאיאָנטעק! אין א מין זעלטענעם צושטאנד עס זײַנען בא אים די פעלדער!..
לאָיעװו האָט אין פארלעגנהײַט א מאך געטאָן מיט דער האנט.
-- איר כאפּט א ביסל איבער, ניקיטא מאקסימאַװיטש! -- האָט ער באשיידן געזאָגט און בא זיך א קלער געטאָן ,מיסטאמע געקומען נאַך א האלװאָע, פארשפּילט א סאך אין קאָרטן?,
-- װאָס רעדט איר, געערטער מיכאיל אָסיפּאָװיטש! איר זײַט צו באשיידן. איך זאָג דעם גאנצן עמעס!
קוצענקאָ האָט שטארק זיך צעלאכט, נאָר, זעט אויס, גלײַך זיך דערמאָנט אין זײַניקן עפּעס, װאָס אים אינטערעסירט, איז ער ערנסטער געװאָרן.
-- איך בין, אייגנטלעך, געקומען צו אײַך וועגן אן איניען, זייער א בײַסיקן איניען, -- האָט פּאמעלעך איבערגעכאזערט קוצענקאָ. -- מײַן עלטערן זון איז געפעלן געװאָרן איינע א פּוױערטע, אן עמעסע פייע, זאָג איך אײַך, זעלטן צו באגעגענען צװישן די פּויערים אזא שיינהליט... -- קוצענקאָ טוט דערבײַ א קנאק מיטן צונג און װוינקט ציניש אונטער.--נו, א ביסל זיך געבאלעװועט, װאָס איז דאָ אזוינס? און שטעלט אײַך פאָר, אז נעכטן האָט מען אים אזוי צעקארדאשעט, אז ער קאָן דעם קאָפּ ניט אופהייבן.
-- װאָס רעדט איר? װער זשע האָט עס געקאָנט טאָן?--האָט לאָיעו העפלעך אים מיטגעפילט.
קוצענקאָ האָט פּלוצעם זיך אויסגעקערעוועט מיט זײַן גרויסן גוף צום לערער און א ריטשע געטאָן:
-- איך מיין, אז דאָס איז איר מאנס שטיקל ארבעט, הא? איז וויל איך, אז דו, יונגער- מאן, זאָלסט מיר צונויפשטעלן א בריוו צום פּראָקוראָר. איך װאָלט, פארשטייט זיך, אליין געקאָנט דאָס טאָן, נאָר מיכאיל אָסיפּאָװויטש זאָגט, אז דו ביסט א גרויסער מײַסטער צו שרײַבן בריוו. זאָל מען דעם דאָזיקן אױסװוּרף פאריאָגן קיין סיביר, װעט ער וויסן, װוי אופ- צוהייבן די האנט אף קוצענקאָס זון. פריִער מיט א יאַר צען האָט מיט מיר אויך פּאסירט אזא געשיכטע, האָב איך טאקע דעם מוזשיק פארטריבן אהינצו, װוּ דער שווארצער פעפער וואקסט... נו, איז װאָס, יונגערמאן, װעלן מיר אָנשרײַבן?
שאָלעם האָט דאָס אלץ געהערט, װי דורכן שלאַף.
-- עז איז דאָס פאָרגעקומען? -- פרעגט ער קלוימערשט קאלטבלוטיק, קעדיי ניט אויס-
1
געבן זײַן אומרו. און װען ער באמערקט, אז קוצענקאָ קוקט אף אים מיט כשאד, גיט ער צו: -- ביכדיי אָנצושרײַבן, דארף מען דאָך וויסן --ווען, בא וועלכע אומשטענדן...
-- נו, ער האָט, וי געוויינלעך, שפּאצירט נאָכן זוןיפארגאנג באם ראנד פון װעלדל. און פּלוצעם, איך ווייס אפילע ניט גענוי, איז מען אָנגעפאלן אף אים -- איינער און עפשער צוויי אויסוװוּרפן.
שאָלעם איז ניט גענייגט געװען אויסצוהערן די װײַטערדיקע פּראָטים. ער האָט זיך גאנץ גענוי אויסגעמאָלט אלץ, װאָס איז געשען, און ער האָט זיך גענומען שרעקן פאר גאָראָװאָיען. װאָס גרייט עס פאר אים אָט דער אָנגעבלאָזענער אכזאָריעסדיקער פּאַרעץ?
-- אנטשולדיקט מיר, ניקיטא מאקסימאָװויטש, איך װיל בא אײַך פרעגן..-- זאָגט שאָ- לעם ניט דרייסט.
-- פרעגט, פרעגט, יונגערמאן.
שאָלעם איז דרייסטער געװאָרן.
-- פארװאָס זאָלט איר אליין ניט אָנשרײַבן, ניקיטא מאקסימאָװויטש?
לאָיעוו האָט זיך אָנגעצונדן. זיך פארהוסט. ,װי ואגט עס דאָס דאָזיקע לערערל צו שטעלן פראגעס?"-- האָט באטײַט דאָס הוסטן און דער אומצופרידענער קוק.
-- פארשטייט זיך, אז כ'װואָלט אליין אויך געקאַנט אָנשרײַבן, --בארימט זיך קוצענקאָ. נאָר גלײַך אפן אָרט פארכאפּט ער זיך און מיט אָנגעברױגעזטע ברעמען זאָגט ער אף א קאָל: -- אייגנטלעך, איז דאָס ניט דײַן אייסעק. דו שרײַב, אז מע הייסט דיר!
.ער באפוילט, -- האָט שאָלעם פארביטערט א קלער געטאָן. --עפשער גאָר זיך אופ- הייבן און א קלאפּ טאָן מיט דער טיר? אָבער צי װעט ער דערמיט ניט אָנטאָן קיין שאָדן זײַן פרײַנט?.?"
און שאָלעם צווינגט זיך אוועקזעצן צום טיש.
ארומשפּאנענדיק איבערן צימער, האָט דער גוטבאזיצער אָנגעהױיבן דיקטירן:
,צו זײַן פּרעװאָסכאָדיטעלסטװאָ, דעם הער פּראָקוראָר. בייס א שפּאציר ניט װײַט פון אונדזער מאיאָנטעק איז א בייזוויליקער פארברעכער --דער ארבעטער פון לוטשאנסקער צוקער-זאװאָד פּאװועל גאָראָװאָי... אָנגעפאלן אף מײַן זון גריגאָרי ניקיטאָװיטש קוצענקאָ.
אָנגעשריבן אפגיך דאָס אָפּגעדיקטעװעטע, האָט שאָלעם געווארט אף א פאָרזעצונג. קוצענקאָ האָט זיך עטװאָס פארקלערט און דערנאַך געהייסן װײַטער שרײַבף
,איז דעריבער בעט איך נעמען דעם אויב-אָנגערופענעם אונטער א וואך און מאכן אף אים א געריכט..."
דער לערער האָט האסטיק זיך אופגעהויבן, אױסגעגלײַכט זיך און פעסט געמאָלדן:
-- אזוי װעל איך ניט שרײַבף --און איז ארויס פונעם צימער.
א פארגאפטער פון דעם לערערס דרײסטקײַט, האָט לאָיעו ניט געװוּסט װאָס צו זאָגןף
אקעגן א מינוט האָט קוצענקאָ נאָך עפּעס געשריגן, דערנאָך זיך צעלאכט מיט א גע- מאכטן געלעכטער און ביטלדיק א זאָג געטאָן:
-- א מין האָנאָר בא די יונגעלײַט! נו, װעלן מיר זיך באגיין אָן אים!
לאָיעװו האָט פארבעטן זײַן גאסט צום שיין געדעקטן טיש. נאָכן דריטן קעלישעקל האָט קוצענקאָ זיך אָנגעבויגן צו לאָיעװוס אוער און א שעפּטשע געטאָן:
-- צי לייענט ניט אײַער לערער טשערנישעווסקין?
-- וועמען?
-- זייער גוט, װאָס איר האָט אפילע ניט געהערט װעגן אזעלכן. נאָר צי וייסט ניט וועגן אים אײַער רעפּעטיטאָר -- דאָס איז א פראגע! -- כאזערט איבער דער גוטבאזיצער.-- א כאראקטער באם יונגערמאנטשיק!
ווען דעם גוטבאזיצערס פאעטאָן איז שוין געווען װײַט פון סאָפיעװקע, האָט לאַיעװ באפוילן ארײיַנרופן צו זיך דעם לערער.
-- ביסטו עס אן אזעסניק!--- האָט לאָיעװו געברענט פון קאס. -- מיט דײַן כאראקטער און דײַן צינגעלע וועסטו שלעכט אָפּשנײַדן!
שאָלעם האָט געקוקט לאָיעוון גלײַך אין די אויגן ארײַן.
-- שװײַגסט, האָסט ניט װאָס צו זאָגן, -- שאָקלט דער באלעבאָס מיטן קאָפּ. -- װעל איך
דיר זאָגן; אויב ס'וועט זיך נאָכאמאָל איבערכאזערן אזוינס, מעגסטו זיך אָפּגעזעגענען מיט מײַן הויז!
9--58 32
א מאטאַנע
ס'איז אומבאדינגט נייטיק געווען צו זען זיך מיט פּאװעל גאָראָװאֵיען און װאָרענען אים וועגן דער געפאר, װאָס אים דראָעט. נאַר װי טוט מען דאָס?! אפילע אָלגען האָט שאָלעם מוירע געהאט דערציילן וועגן געשעענעם, האגאם פאר דער פארגאנגענער צײַט האָט ער זיך איבערצײַגט, אז זײַן שילערן איז א גוט, הארציק מיידל.
ער האָט באשלאָסן אליין זיך טרעפן מיט גאָראַװאַיען.
שאָלעם האָט זיך געלאָזט שפּאנען מיטן וועג. באם וואלד-ראנד זיך אָפּגעשטעלט און, קעדיי קיינער זאָל אים ניט באמערקן, זיך אָנגעבױגן, גלײַך ער קלײַבט צונויף שװאָמען
ס'איז פארבײַגעפאָרן א סקריפּענדיקער פּױערישער װאָגן. פונװײַטנס האָט ער באמערקט לאָיעװוס דראָזשקע מיט אנדרייען אף די קאָזלעס. אונטערפּײַפנדיק, האָט ער געטריבן דאָס פערד. ,ער פאָרט, מיסטאמע, פון באראנאָפּאָליע און פירט פרישע קאָרעספּאַנדענץ", -- טוט א קלער שאָלעם און באהאלט זיך הינטער א סאָסנע: בעסער, אז אנדריי זאָל אים ניט באמערקן,
און גאָראָװאָי איז נאָך אלץ נישטאָ.
א פויגל טראָגט זיך דורך אינדערלופטן און באלעבט מיט זײַן געשריי דעם וואלדישן ארום. מיט פרישער קילקײַט טראָגט פון דער ערד. א בלוילעך רויכל האָט גענומען אײַנהילן דעם וואלד און די פעלדער. בלויז אף די שלאנקע סאָסנעס האָט נאָך געציטערט די שקיע.
פון ווארטעניש האָט שאָלעמען גענומען נאָגן דאָס הארץ.
;סאָפקאָלסאָף!" -- דערפרייט ער זיך, ווען ער באמערקט פונדערװײַטנס גאָראָװאָיס בא- קאנטע פיגור.
-- דאָבראָדי, לערער! -- האָט אויסגעשריען פּאוולאַ, דערזעענדיק שאָלעמען. -- װאָס איז געשען?
-- מיך פרייט, װאָס מיט אײַך איז גאָרנישט ניט געשען. -- דערװײַל, וי איר זעט, גאָרנישט.
זיי האָבן זיך באהאלטן אונטער א קוסט, קיינער זאָל זיי ניט באמערקן, און שאָלעם האָט דערציילט וועגן אלץ, װאָס איז פאָרגעקומען בא לאָיעוון אין קאבינעט.
3
גאָראָװאָי איז געװאָרן אומרויַק. װאָס טוט מען און װאָס נעמט מען פאָר? שאָלעם האָט שוין לאנג געטראכט וועגן דעם -- פּאוועל מוז אנטלויפן. אייגנטלעך, װאָס בינדט אים צו אָט די ערטער? קיין ערד פארמאָגט ער דאָך ניט.
-- און װאָס װעט זײַן מיט אוליאנען?--פרעגט שטיל גאָראָװאָי
-- יאָ, ס'איז ניט לײַכט צו פארלאָזן די מישפּאָכע, צעברעכן דאָס לעבן. נאָר קיין אנדער בריירע איז, דאכט זיך, נישטאָ, -- האָט שאָלעם מיטגעפילט זײַן פרײַנט.
-- װוּ זײַנען בא אײַך פאראן ערגעץ קרויווים? -- פרעגט שאָלעם.
-- פאראן אונטער זשיטאָמיר, אין קיעוו, -- ענטפערט פּאוולאָ דערשלאָגן.
-- איך מיין, אז בעסער איז זיך לאָזן קיין קלעוו. ס'א גרויסע שטאָט. אויב דער פּאָרעץ װעט װעלן אײַך זוכן, איז דאָרט ניט אזוי לײַכט. איר פארמאָגט געזונטע פּלײצעס, קרעפטיקע הענט---װועט איר ניט פארפאלן װוערן. שפּעטער װעט איר צו זיך ארויסנעמען אויך אוליאנען.
-- עמעס, -- איז פּאװולאַ מאסקים, -- הארבסט איז שװוער צו ארבעטן אפן זאװאָד. אזא ארבעט װעל איך אין קיִעוו אויך געפינען
שאָלעם האָט ארײַנגעלײגט גאָראָװאָיען עטלעכע אסיגנאציעס אין דער האנט ארײַן יענער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו נעמען דאָס געלט.
-- הערט אויס, פּאװולאָ, איך בין זיכער, אז מיר װעלן זיך נאָך ניט איין מאָל באגעגענען. איך אנטלײי אײַך, איך שענק ניט, כאָלילע. איר װועט פארדינען און מיר אומקערן דעם כויוו, האָט קיין יעסורים ניט. די ערשטע צײַט װעט דאָס אײַך גוט צוניץ קומען. פאָרט, און זאָל אײַך גאָט העלפן!
פּאוולאָ איז געווען שטארק גערירט. ויאזוי און מיט װאָס זאָל ער אָפּדאנקען דעם פּרײַנט זײַנעם?! ער האָט ארױיסגעשלעפּט א פּיפּקע פון קעשענע און מיט ציטערדיקע הענט דערלאנגט שאָלעמען.
-- איך ווייס, אז איר רייכערט ניט..-- ער האָט זיך א ביסל פארהיקעט, -- דאָס איז אן אלטמאָדישע ליולקע. ס'איז מײַן זיידנס און מײַן טאטנס ליולקע.. נעמט זי אײַך, -- האָט גאָראָװואָי זיך געבעטן.
די מאטאָנע איז געלעגן אין שאָלעמס הענט. ער האָט נאָך ניט באויזן רעכט א קוק טאָן אף איר, װי פּאװולאָ האָט פארקלעמט שאָלעמען אין זײַנע פעסטע אָרעמס.
-- זאָל אײַך גאָט געבן געזונט! -- האָט ער הארציק געזאָגט באם געזעגענען זיך.
לאנג האָט שאָלעם נאָכגעקוקט גאָראָװאיען, ביז ער איז ניט אנטרונען געװאָרן אין צוגעפאלענעם ביין:האשמאָשעס.
א כאָסן פאר אַלגען
איינע פון די מיעסטע און שװערסטע זאכן איז פאר שאָלעמען געוען זײַן פליכט צו פירן בא לאָיעװן די קאָרעספּאַנדענץ. דערצו זײַנען נאָך פאר דער לעצטער צײַט, כוץ דער געשעפטלעכער קאַרעספּאָנדענץ, צוגעקומען אויך פּערזענלעכע בריוו. און אלעמאָל, ווען שאָ- לעם איז צוגעטראָטן צום שרײַבן אזא בריוו, פלעגט לאָיעוו װאָרענען שאָלעמען:
-- פארשטייסט, מיסטאמע, אליין, אז אָלגע דארף וועגן דעם ניט ויסן.
אָדער:
-- איך מיין, כ'דארף דיר ניט דערמאָנען, אז דאָס אין א סאָד.. קיין האָן טאָר ניט קרייען...
װאָס זײַנען דאָס געווען פארא בריוו? אָפּטער זײַנען זיי געווען אדרעסירט צו שאדכאָי נים, װוּ ס'איז געגאנגען א רייד וועגן א כאָסן פאר אָלגען; אויך צו באקאנטע פלעגט לאָיעװ שרײַבן וועגן א באשערטן פאר זײַן איינציקער טאַכטער.
ס'איז ניט שווער זיך פאָרצושטעלן, װי ביטער שאָלעמען איז געװען צו פארפאסן די דאָזיקע פּײַנע שורע-גריסלעך. ער פלעגט זיך מאטערן, ניט געקאָנט פּױעלן בא זיך -- צי זאָל ער דערציילן אָלגען װעגן דער דאָזיקער קאַרעספּאַנדענץ, צי מאכן א שװײַג. נאָר שװײַגן איז פאר אים אויך געווען איבער די קויכעס. אים איז דאָך נייטיק געווען דערקונדיקן זיך, וי וועט אָלגע זיך באציען דערצו.
פון די אויסמאטערנדיקע געדאנקען איז שאַלעם געװאָרן אויס מענטש, ארומגעגאנגען א דערשלאָגענער, מיט אײַנגעפאלענע באקן און מיט א פארשפּיצטער נאָז. די שטענדיק שמייכלענדיקע אויגן זײַנען באדעקט געװאָרן מיט א טרויעריק רויכל.
4
דעם לערערס שטימונג האָט אָלגע דערפילט און דערזען. און װי זי האָט ניט געפּרוּוט זיך דערוויסן די סיבע דערפון, האָט זיך עס איר ניט אײַנגעגעבן.
בלויז דעמלט, ווען שאָלעם נעמט זיך פאָרלייענען אַלגען זײַנע נײַע שאפונגען, װוערט ער װי איבערגעביטן. דאָס מיידל לאכט ביז טרערן, אָדער זי בלײַבט זיצן א טרויעריק- פארטרוימטע. אויב איר איז עפּעס ניט געפעלן, האָט זי גלײַך ארױסגעזאָגט איר מיינונג. דעמלט גייט אוועק א שפּארעניש און א שטרײַט צװישן זיי, שאָלעם פארגעסט אינגאנצן וועגן די סוידעספולע בריוו מיקויעך כאסאנים, און װערט אזוי אופגעלעבט, אז אָלגע איז מאמעש זיך מעכײַע. װען עמעצער װאָלט דאן א קוק געטאָן פון א זײַט, װאָלט ער זיכער באשלאָסן, אז די דאָזיקע מענטשן זײַנען גליקלעך.
אָבער אינדערעמעסן איז דאָס געװוען װײַט ניט אזוי. שאָלעמען האָט מעסוקן געפּײַניקט די געשאפענע לאגע.
;.עפשער זאָל ער אָנשרײַבן אף אזא טעמע א מײַסע.."--איז בא אים אײינמאָל געבוירן געװאָרן א געדאנק. ער װעט די מײַסע פאָרלייענען אָלגען, און דעמלט... דעמלט װעט פאר איר אלץ קלאָר װוערן.
עטלעכע נעכט נאָכאנאנד איז שאָלעם געזעסן באם טיש, געקלערט און געטראכט, געשריבן און געמעקט. צײַטנװײַז אָפּגערוקט די אָנגעשריבענע בייגעלעך פּאפּיר: ניין, ס'איז ניט דאָס, ניט אזוי!
װי א שווערער שטיין האָט זיך אף שאָלעמס נעשאָמע געלייגט דער לעצטער בריוו-- אן אײַנלאדונג צו איינעם א באַהוסלאװוער אוישער, ער זאָל קומען צוזאמען מיט זײַן זון קיין סאָפּיעווקע. אײנצײַטיק איז אוועקגעגאנגען דעם טאטנס אן אָנװײַזונג דעם ייַנגערן לאָיעװן, ער זאָל לעמאנהאשעם זיך צונויפשרײַבן מיט איינעם א גערימטן שאדכן און זען פארגיכערן דעם שידעך.
פאר שאָלעמען האָבן זיך געשטעלט ביטערע טעג. האָט ער באשלאָסן צוגרייטן אָלגען צו אָט דער געשעעניש.
ס'איז שוין אװעקגעשװוּמען דער הארבסט, דער װינטער, און אָנגעקומען זײַנען די פרילינג-ווינטן. קנאָספּן אף די ביימער זײַנען צעפּיקעט געװאָרן, א ווארעם װינטל האָט שוין געלאשטשעט די אופגעלעבטע צװײַגן און געלאָפן צו די פעלדער, װאָס האָבן זיך געדעמפט אונטערן לויטערן הימל.
איינעם א שאבעס-פארנאכט האָבן זיך געטראָפן לעם גרויסן דעמב שאָלעם מיט אָלגען. זיי האָבן זיך פארקוקט אינדערװײַט. מיטן טיכל, ארופגעװאָרפן אף די אקסלען, זעט אויס אָלגע נאָך שענער. אירע שטײַף-פארפּרעסטע לפּן און די עטװאָס אָנגעברויגעזטע אויגן זאָגן איידעס וועגן איר טיפער פארקלערטקײַט. לאנג זײַנען ביידע געשטאנען מיט פאר- שלאָסענע מײַלער, קיין װאָרט ניט ארויסגעבראכט. ביז אָלגע האָט ניט אויסגעהאלטן:
-- עפּעס באהאלטסטו פון מיר, שאָלעמקע, -- האָט זי קוים ארויסגעבראכט.
שאָלעם צייכנט עפּעס מיט א טרוקן צװײַגל איבער דער פײַכטער ערד
-- קאָנסט איבערלייענען? -- פרעגט ער, ניט אופהייבנדיק די אויגן.
-- ניין, -- ענטפערט דאָס מיידל אופגערעגט.
-- דעמלט הער אויס, װאָס איך װעל דיר זאָגן: דײַן טאטע האָט ארויסגערופן יעשוען און עפּעס איינעם א נאָגיד מיט זײַן זינדל. און א שאדכן װעט זיי באגלייטן..-- האָט אין איין אָטעם אויסגעשאָטן שאָלעם.
-- צוליב װאָס? -- האָט, א דערשראָקענע, געפרעגט דאָס מיידל.
-- פארשטייט זיך, ניט פארמײַנטוועגן, -- ענטפערט שאָלעם גאנץ רויק.
-- קומט אויס, פארמײנטוועגן? -- בייזערט זיך אָלגע און קוקט שאָלעמען גלײַך אין די אויגן.
-- איך קלײַב זיך ניט שרײַבן קיין טנאָיִם -- שפּאסט ער, און דאָס הארץ װערט בא אים פארצאפּלט פונעם געדאנק וועגן א כאָסן.
-- פונוואנען ווייסטו דאָס אלץ?-- פרעגט אָלגע מיט א ציטעריק קאָל.
-- פונוואנען? כ'האָב אליין געשריבן בריוו אונטער דײַן טאטנס דיקטאנט..
דאָס מיידל האָט שארף זיך אָפּגעקערעװעט פון שאָלעמען, נערוועז צעציַענדיק די עקן פונעם טיכל. אין די אויגן גלאנצן בא איר טרערן.
הייסט עס, דאָס ארט זי זייער... שאָלעמען איז לײַכטער געװאָרן אף דער נעשאָמע, און אײינצײטיק כאפּט אים ארום א מעסוקענער ראכמאַנעס אף אָלגען.
-- בארויק זיך, ערגער זיך ניט, אָלינקע, האָדעלע...
עטלעכע מינוט זײַנען זײ נאָך געשטאנען שװײַגנדיק, און פּלוצעם האָט אָלגע גענומען
39
זיך אײַלן אהיים. אפן וועג, שוין א ביסל א בארויקטע, האָט זי זיך נאָכגעפרעגט בא שאָי לעמען, ווען דערווארט מען די געסט.
-- כ'מיין, די קומענדיקע װאָך, -- דערהערט זי א טרוקענעם ענטפער.
אין א פּאָר טעג ארום נאָך דער דאָזיקער באגעגעניש האָט די מוטער גענומען פארפירן א שמועס מיט אָלגען, אז זי ווערט שוין א גרויסע, שוין צײַט א טראכט טאָן װעגן א טאכלעס... אן אָנגעברױגעזטע האָט די טאָכטער דערוף גאָרנישט ניט געענטפערט. די מוטער איז פאראקשנט נאָכגעגאנגען דער טאָכטער פוסטריט און ניט אופגעהערט צו טײַנען װעגן זעלביקן. אָלגע האָט אלץ געשוויגן. מיט א טערעץ, אז זי פילט זיך ניט גוט, איז אָלגע אוועק צו זיך אין צימער.
אין עטלעכע טעג ארום האָט מען אין סאָפֿיִעװקער הז אָנגעהױבן פּוצן און ראמען. יעשוע איז געקומען צו פאָרן. דער פאָטער מיטן זון האָבן, שפּאצירנדיק איבער די צוגע- טריקנטע סטעזשקעס ארום הויז, לאנג געשמועסט. לאָיעװס זעלבסטצופרידענער סאמעטענער באריטאָן האָט זיך ארײַנגעפלאָכטן אין זײַן זונס קלינגענדיקן געלעכטער.
איינעם א באטאָג האָט רוישיק צוגעקנאקט צום הז א פירערטערדיקע בריטשקע און איז שטיין געבליבן בא דער פּאראד-טיר. אנדריי איז פלינק אראָפּגעשפּרונגען פון דער קאָזלע און גענומען באטראכטן די רעדער פון דער נײַער בריטשקע. דאָס איז ער הײַנט צום ערשטן מאָל ארױיסגעפאָרן מיט איר צו דער סטאנציע באגעגענען די געסט.
אלע הויף-לײַט זײַנען זיך צונויפגעלאָפּן צום גאנעק, אפילע די קעכנע מאלקע--א פּעסטלײַביקע, געפּאקטע פרוי מיט צוויי בראָדעװקעס אף דער לינקער באק.
דערזען אראָפּקריכן א באָכער פון דער בריטשקע, טוט זי א זאָג:
-- אן איידל קינד, מע דערקענט גלײַך--פון א באלעבאטישער מישפּאָכע. --און נאָך דעם, װי מאלקע באמערקט דעם כאָסנס פאָטער, וועלכער שפּאנט וואזשנע און גרויסארטיק צום גאנעק, טוט זי א װוּנק צום לאקיי: -- אָט דאָס איז א פּארשוין, פײַן!
ווען לאָיעװו איז מיט פאנאנדערגעשפּרייטע אָרעמס ארויס אנטקעגן, האַט דער עלטערער גאסט שוין געהאט אראָפּגעװאָרפן דעם ברעזענטענעם אייבערשט און געבליבן אין א פּלײ סענער קאפּאָטע.
-- באָרעךיהאבאָ, רעב פּאלטיעל, איר זאָלט מיר געזונט און שטארק זײַ--באגריסט אים דער באלעבאָס.
א הויכער, פעסטגעבויטער מענטש מיט צוויי פליישיקע ליפּן האָט זיך אָנגעהאנגען מיט זײַנע לאנגע הענט איבער לאָיעװוס אקסלען, גלײַך די ביידע מענטשן זײַנען שוין באקאנט מיייעדייע וויפל צײַט. זיך באפרײַט פון פּאלטיעלס אָרעמס, האָט לאָיעװו לײַכט אָפּגעאָטעמט און געכאפּט א קוק אף דעם כאָסנבאָכער, פּאלטיעל באמערקט עס און שטעלט אים פאָר:
-- זינו, לייבעלע, דאָס איזן רעב עלימיילעך, דער פאָטער פון דער בסולע, װאָס איך האָב דיר דערציילט. -- און צו לאָיעװן: -- ער הייסט לײיװוי-ייַצכאָק, נאָכן בערדיטשעווער ראָװ, זיכרוינע ליװוראָכו.
-- בעפיירעש א טײַערער נאָמען!-- שמייכלט לאָיעוו און באטראכט דעם כאָסן פון קאָפּ ביז די פיס.
דאָס איז געװען א באָכערל פון א יאָר זיבעצןיאכצן, מיט ראַזעװע בעקעלעך און שווארצע אויגן. די טונקל-געקרײַזלטע האָר האָבן ארויסגעסטארטשעט פון אונטער א מע- שונעדיק-אופגענייטן קאשקעט. ער האָט אויסגעזען קינדערש מיט זײַן עטװאָס פאריסענער נאָז. ,עפּעס שטעקט אין זײַן ציכטיק פּאָנעם א צולאָכעס-כײן", --האָט פאר זיך געטראכט לאָיעוו.
מיט קליינע שטילע טריט איז הינטער דעם כאָסן מיטן פאָטער נאָכגעגאנגען א מעיושעוו- דיק-שװײַגנדיקער מענטש--- דער לאנדישאדכן רעב טאנכום פּאװאַלאָטשער, וועלכער איז באקאנט געווען אין דער גאנצער געגנט. ער איז מיט גאָרנישט ניט ענלעך געװען אף אנדערע שאדכאָנים,
אָפּגעגעבן א ברייטן שאָלעם-אלייכעם לאָיעװן, האָט טאנכום מיט כשיוועס זיך פארנייגט פאר אים.
-- א, װאָס זאָגט איר, רעב עלימיילעך, פײַן?!---ער װײַזט אָן מיטן קאָפּ אף פּאלטיעלן מיט זײַן זינדל לייװי-ייַצכאָק.
לאָיעוװ האָט דערוף ניט געענטפערט. ס'איז אונטערגעקומען יעשוע און גענומען מיט איין האנט פּאלטיעלן אונטערן אָרעם און מיט דער צווייטער ---זײַן זינדל און זיי ארײַנגע- פירט אין פאָדערהויז פון לאָיעװס דירע. ערשט דאָ האָט זיך באויזן אן אױסגעפּוצטער
6
מעשאָרעס מיט קונציק פארדרייטע װאָנצעלעך און געהייסן דעם לאקיי ארײַנטראָגן די זאכן אין צימער פאר די געסט, און זיי אליין פארבעטן אין באָד ארײַן.
פּאלטיעל מיטן לאנדישאדכן האָבן זיך איבערגעקוקט: אף אזוינס האָבן זיי זיך ניט געריכט,
-- נישקאָשע, -- רופט זיך אָן יעשוע, -- בא מײַן פאָטער פירט מען זיך, װוי בא גרויסע פּריצים. דערצו נאָך איז ערעוו שאבעס. איר זענט פונעם וועג, דארף מען גיין אין מערכעץ. איר װעט אלע זיך מעכליע זײַן.
דאָ מישט זיך ארײַן לייבעלע:
-- טאטע, די מאמע האַט אונדז, דאכט זיך, קיין איבעריק פּאַרל אונטערשט גרעט ניט מיטגעגעבן.
-- שטילער, דו כאָסנבאָכער, -- האָט טאנכום אומצופרידן אים אָפּגעשטעלט און אליין זיך צעלאכט, -- װאָס זאָגט איר, רעב פּאלטיִעל, אף אײַער יוירעש:
בלאָזט זיך אָן רעב פּאלטיִעל און פארהייבט די גרויסע טוטין-קאָלירענע ברעמען.
-- מע... קלײיניקײַטן... -- ברומט ער ארויס און קוקט זיך ארום, צי שטייט ניט דערבײ לאָיעוו.
אין אָװנט איז מען זיך צונויפגעקומען אין גאסטיצימער. נאַך דער באָד האָבן בא פּאלטיעלן געגלאנצט די פּייעס אונטער דער זײַדענער יארמלקע. פון א זילבערנער פּושקע האָט ער ארויסגענומען, װי ער אליין האָט זיך אויסגעדריקט, ,א ציגאער" און דערלאנגט יעשוען.
-- פארייכערט, עס פארגייט שאבעס, --האָט ער פאַרגעלייגט.
-- א דאנק, איך רייכער ניט, דער טאטע איז אומצופרידן.
-- מע... קלײיניקײַטן, -- טוט א מאך מיט דער האנט דער גאסט און זעצט זיך אוועק אין ווייכן שטול. אין צווייטן שטול לעבן אים פאלט ארײַן לייבעלע.
-- טאטע, -- רוימט ער אײַן דעם פאָטער אפן אױיער, --אזא באָד איז אין גאנץ באָסלעוו ניטאָ.
-- איך האָב דאָך דיך געבעטן נאָך אין דער היים, זאָלסט ריידן װייניקער, ---בייזערט זיך דער פאָטער.
רעב פּאלטיעל טאפּט מיט דער האנט דעם סאמעט אף דער פּאָרענטשע פון שטול און פרעגט בא יעשוען:
-- װי אן אלטער סויכער, װאָלט איך א באלן געווען וויסן, פון װאָס פאר א פּרײַז איז דער דאָזיקער שטאָף.
יעשוע ענטפערט, אז ער ווייסט ניט גענוי, און גיט צו מיט האנאָע:
-- בא מײַן פאָטער איז אלץ פּרימא, איר זעט דאָך אליין.
ווען יעשוע איז ארויס פונעם צימער, איז לייבל צוגעגאנגען צום פאָטער און סוידעספול געפרעגט:
-- טאטע, װוּ זשע איז די קאלע?
-- גי אף דײַן אָרט און פרעג ניט קיין איבעריקע שײַלעס.
-- מיר איז אומעטיק, -- טוט א מורמל דאָס באַכערל.
-- אומעטיק? נעם א סייפער און קוק ארלין.
אין דער צײַט עפנט זיך די טיר און דער מעשאָרעס רופט אויס פון דער שוועל:
-- רעב עלימיילעך פארבעט די געסט צום טיש!
-- אָ, קוים זיך דערווארט! --- איז לייבל לעבעדיק געװאָרן.
פּאלטיעל מיטן שאדכן האָבן אײנצײַטיק געכאפּט א שטרענגן קוק אפן ייַנגל. אלע דרי געסט -- איטלעכער אף זײַן אויפן -- האָבן גענומען זיך צופּוצן, צוגלעטן די האָר, געכאפּט א קוק אין שפּיגל.
-- נו, גענוג, גענוג, -- הייבט אָן אײַלן רעב פּאלטיעל. -- קומט!
בא דער טיר פונעם עסצימער, װאָס איז געווען יאָמטעװדיק באלויכטן מיט הענגלאָמפן, האָט געווארט עלימיילעך לאָיעװ. פרײַנטלעך באגעגנט די געסט, האָט ער זיי פארבעטן צום גרויסן טיש. דער סויכער האָט פארנומען ביידע אונטערשטע פּאָלעס פון דער לאנגער קא- פּאָטע און ברייט זיך אוועקגעזעצט, פון דער רעכטער זײַט-- לייבל, און פון דער לינקער.-- דער לאנד-ישאדכן. אנטקעגן זיי איז געזעסן שאָלעם און מיט פארגאפטע אויגן געקוקט דעריקער אפן יונגן גאסט. עלימיילעך לאָיעוו האָט אזוי פאָרגעשטעלט שאָלעמען:
-- דאָס איז מײַן טאָכטערס לערער--א טאטנס א קינד.
-- װאָס לערנט ער מיט איר--פרעגט דער סויכער.
37
אף דער דאָזיקער אומגעריכטער פראגע האָט עלימיילעך אפן אָרט ניט געפונען װאָס צו ענטפערן, האָט ער א װוּנק געטאָן צו יעשוען, װאָס איז געזעסן לעם אים, און יענער האָט אפגיך דערקלערט, אז מע לערנט מיט איר רוסיש, מע לייענט איר ביכער. דער סויכער האָט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ: יאָ, ער פארשטייט, װאָס מע רעדט צו אים.
ווען לאָיעװס פרוי איז אין א זײַדן שורשענדיק קלייד ארײַנגעקומען אין עסצימער, האָבן די געסט זיך אונטערגעהויבן פון די ערטער.
-- א גוטישאבעס! -- האָבן זיי זי באגריסט.
איצט האָבן די געסט גענומען קוקן צו דער טיר, פונוואנען ס'האָט פון מינוט צו מינוט געזאָלט זיך באװײַזן לאָיעװוס טאָכטער.
אָבער אָלגע איז ניט ארײַנגעקומען. די געסט האָבן געזוכט אן ענטפער באם באלעבאָס, נאָר ער אליין האָט, זעט אויס, אויך זיך געכידעשט און געהייסן דעם לאקיי ארײַנשיקן דעם מעשאָרעס. יענער איז ארײַן און גלײַך צוגעגאנגען צום באלעבאָס. לאָיעו האָט אים עפּעס א שעפּטשע געטאָן אפן אויער, און דער מעשאָרעס איז ארויס.
אינגיכן האָט ער זיך צוריק באוויזן און אויסגערופן אף א קאָל:
-- אָלגע פילט זיך ניט מיט אלעמען.
די מוטער האָט זיך א ריס געטאָן פונעם אָרט און איז אװעק צו דער טאָכטער. דער פאָטער, װי שטענדיק, װען ער ערגערט זיך, האָט אומרויק צענומען ביידע עקן פון זײַן גרויסארטיקער באָרד, בייזלעך א קוק געטאָן צום זון און שטרענג באפוילן:
-- גיי רוף צוריק ארײַן די מאמע.
מיט אן אראָפּגעלאָזטן קאָפּ לאָזט זיך יעשוע ארויסגיין פונעם צימער, נאָר באלד קערט ער זיך אום צוריק צוזאמען מיט דער מוטער.
-- עס טרעפט אמאָל, א מיידל פילט זיך ניט גוט... -- האָט די מוטער פּאמעלעך געזאָגט מיט א געמאכטן שמייכעלע אף די ליפּן.
-- אָבער זי איז געזונט?-- האָט אומרויק געפרעגט דער סויכער.
-- גאָט צו דאנקען, -- בארויקט אים יעשוע.
עלימיילעך לאָיעוו שטעלט זיך אוף, נעמט א בעכער װײַן אין דער האנט און מאכט קידעש. שאָלעם קוקט בײיסמײַסע אף לייבלען און באמערקט, װי יענער מורמלט מיט די ליפן.
נאָך די געפילטע פיש האָט מען דערלאנגט יויך מיט מאנדעלעך און געבראָטענע הינער מיט קנישעקלעך. שאָלעם נעמט ניט אראָפּ די אויגן פון לייבלען. ער זעט, װי יענער לייגט אף ביידע באקן. אָנגעשטאָפּט א פול מױל, האָט ער פון אײַלעניש זיך פארכלינעט. רעב פּאלטיעל שלעפּט ארויס פוּן א זײַטיקער קעשענע א רויטע פאטשיילע און שטופּט זי ארײַן דעם כאָסנבאָכער אין דער האנט. מער פון אלעמען האָט געהאט אגמעסנעפעש דער שאדכן.
--- לײיװוי-ייַצכאָק, װאָס איז מיט דיר?---האָט ער שטיל א זאָג געטאָן.
דער סויכער ברענגט ארויס זײַן שטענדיקן , מע... קלײניקײַטן" און נעמט זיך אויסװישן דעם זונס שטערן און זײַן מויל.
צוערשט האָט שאָלעמען אָנגעכאפּט א געפיל פון עקל, דערנאָך האָט זיך אים געװאָלט צעלאכן. די באלעבאָסטע האָט עס באמערקט און אָפּגעקערעװעט פון פארדראָס דאָס פּאָנעם.
אז לאָיעוו האָט גענומען זינגען זמירעס, האָט לייבעלע אף א דין קעלעכל נאָכגעזונגען. אפן געזאנג זײַנען זיך צונויפגעלאָפן אלע דינער. צוערשט האָט זיך ארײַנגעשטעלט דאָס פריילעכע לײצאָנישע פּאָנעם פונעם מעשאָרעס, דערנאָך האָט פון אונטער דעם לאקייס פּלײצע זיך באוויזן מאלקעס ברייט, קײַלעכדיק פּאָנעם --זי האָט געװאָלט נאָכאמאָל א קוק טאָן אף אָלגעס זיוועג.
-- אײַ, זינגט ער, אײַ, א גאָלדענע קײילע!--- האָט זי געזאָגט אין דער הייך און צוגע- געבן אין א זײַט: --באהיט זאָל מען װערן פון אזעלעכס!
די לאָמפּן האָבן אָנגעהױבן זיך טוקן--ס'איז דושנע געװאָרן. דעמלט האָט לאָיעװ געהייסן עפענען די פענצטער. װוי מיט א פאָכער האָט דער סויכער מיט דער רויטער פאטשיי- לע געפאָכעט איבער זיך און איבער זײַן זינדל.
דער שאדכן האָט שוין געדרעמלט. דערהערט ראבויסײַ, מיר װעלן בענטשן", האָט ער זיך אופגעכאפּט און אפגיך אונטערגעכאפּט די טפילע.
מיט -איבערגעפולטע בײַכער זײַנען די געסט גלײַך פונעם טיש אװעק שלאָפן.
אינדערפרי האָט שאָלעם דערהערט הינטער זײַן פענצטער טריט אין סאָד, דערהערט, וי עס טרישטשען אונטער די דאָזיקע טריט איבערגעטריקנטע צװײַגלעך, פארבליבענע נאָך פון ווער ווייסט ווען. דאָס שפּאצירן ארום אין סאָד די געסט. פון צײַט צו צײַט דערטראָגט זיך
38
צו שאָלעמס אוער אן אָפּגעריסן װאָרט, װאָס גיסט זיך צונויף מיט דער אינדערפריעדיקער פויגל-צוויטשערלי.
שאָלעם באדויערט זײער, װאָס הײַנט איז שאבעס און ער לערנט ניט מיט אָלגען. פאר- װאָס זשע איז זי פאָרט נעכטן ניט ארויסגעגאנגען צום טיש? עפשער איז זי טאקע פאר- שלאפט געװאָרן?
נאָר אויך דעם גאנצן שאבעסדיקן פרימאָרגן איז אָלגע ניט ארויס פון איר צימער. די מוטער האָט זי געטראָפן זיצן אין בעט מיט פארויינטע אויגן. א דערצאָרנטע, האָט די מוטער געװאָלט דערגיין די סיבע פון דער טאָכטערס מאָדנע אופירונג, אָבער אף אלע פרא- געס האָט דאָס מיידל גאָרנישט ניט געענטפערט, לאנג געשוויגן, דערנאָך אופגעשפּרונגען פונעם בעט און פעסט מיט שטאָלץ א זאָג געטאָן
-- איך וויל ניט און דארף ניט קיין כאסאנים..
די מוטער נעמט איר דערציילן, פון װאָס פאר א ייִכעס דער כאָסן שטאמט, סאיז א קאָװעד, װאָס זיי זײַנען אליין אראָפּגעקומען דעם שידעך שליסן, אז טאטעימאמע וילן בלויז זען גליק און נאכעס אין דער טאָכטער. די מוטער גלייבט און איז זיכער, אז אָלגע װועט אירע עלטערן ניט שטעלן צום נאר,
נאָר אָלגע וויל פון גאָרנישט ניט הערן און ניט וויסן. די מוטער איז געצװוּנגען אוועק- גיין מיט גאָרניט. דערבײַ סאָפּעקט זי: דערציילן דעם מאן, װאָס אָלגע האָט געזאָגט, צי גלײַכער שװײַגן, עפשער װעט אָלגע זיך נאָך באטראכטן.
צום שאבעסדיקן ווארמעס זײַנען אין עסצימער באם טיש שוין געזעסן די באלעבאטים, אלע דרײַ געסט און יעשוע מיטן לערער. בלויז אָלגעס אָרט האָט, װי נעכטן, געפּוסטעװעט. שטילערהייט פרעגט לאָיעוו זיך נאָך באם װײַב:
-- װוּ זשע איז האָדעלע? -- און גלײַך דערקענט ער לוטן װײַבס מינע, אז עפּעס איז ניט גלאט.
לאָיעװוו הייבט זיך האסטיק אוף פונעם אָרט און לאָזט זיך גלײַך צו דער טאַכטערס צימער. נישט אָנקלאפּנדיק, איז ער ארײַן צו אָלגען.
אָנגעטאָן אין א לײַכטן פּעניואר, איז זי געזעסן אפן בעט און געלייענט.
-- װאָס מאכסטו פארא שטיק? --טוט ער א זאָג און נעמט בא איר צו דעם בוך.
אָלגע פארהייבט דעם קאָפּ.
-- װאָס וויל מען פון מיר? -- פרעגט זי גאנץ רוֹיק.
-- דו ווייסט אליין, -- זאָגט לאָיעוו שטרענג און זעצט פאָר שוין מיט א מער מילדער שטימע: -- זאָלסט מיך נישט מעוואיעש זײַן פאר מענטשן.
אָלגע האָט זיך אופגעהויבן פונעם בעט, צוגעגאנגען צום פענצטער און געוויזן מיט אן אויסגעשטרעקטער האנט:
-- איך װעל בעסער אנטלויפן װוּהין די אויגן װעלן מיך טראָגן, אײידער לאָזן זיך פארקנאסן, מיט וועמען דו פארלאנגסט.
-- װוער האָט דיך אויסגעלערנט אזוינס צו ריידן? -- איז לאָיעוו ארײַן אין קאס.
מיט שטארקײַט, װאָס איז אופגעקומען אויס מוירע, אז עס קאָן נאָך שאטן שאָלעמען, ענטפערט זי פּאמעלעך, אָבער גאנץ ענערגיש:
-- בא דיר האָב איך זיך אויסגעלערנט.
-- בא מיר? װאָס רעדסטו?
-- יאָ, טאטע, בא דיר. איך בין דאָך דײַן טאָכטער!
לאָיעװו איז נאָך מער איבעראשט געװאָרן, ס'האָט אים אזש גענומען שווינדלען אין די אויגן.
-- רעד נישט קיין נארישקײַטן, טאָכטער מײַנע. טו זיך אָן און קום אראָפּ. צי ס'וועט ווערן א שידעך, צי ניט, נאָר קום צום טיש.
לאָיעװו האָט בייז א קלאפּ געטאָן מיט דער טיר און איז ארויס.
נאָך אפן וועג צום עסצימער האָט ער א טראכט געטאָן, צי װאָלט ניט גלײַכער געווען ארײַנשיקן צו איר דעם לערער. אָט דער יונג האָט אף איר א גרויסע ווירקונג, און ער וועט, מעגלעך, בא איר פּױעלן. די זעלבשטענדיקײַט אירע גייט אויך פון אים.
מיט א געמאכטער אופגעליגטקײַט איז לאַיעו ארײַנגעקומען אין עסצימער, געװאָרפן דערבײַ עפּעס א ווערטל, מיט א װוּנק ארויסגערופן שאָלעמען אין שכיינעסדיקן צימער ארײַן און אים האלב געבעטן, האלב באפוילן, ער זאָל גיין און ארײַנברענגען די צעפּעסטעטע שי- לערן זײַנע. ,, אויסלערנען זי אײידלקײַט און מענטשלעכקײט איז אויך דעם לערערס כויוו. ער דארף דערשלאָגן זיך, זי זאָל קומען אהער?
39
אין טאָך גענומען, איז שאָלעם געווען צופרידן פון אָלגעס האלטן זיך, נאָר אז דער באלעבאָס הייסט גיין, דארף מען גיין.
לאנג איז ער געשטאנען הינטער דער טיר. אָנגעקלאפּט, נאָר קיין ענטפער ניט געהערט. קלאפּט ער װידער אָן. עס דערהערן זיך גיכע טריט אף דינע אָפּצאסלעך --פיבערדיקע, שנעלע. בא דער אָפענער טיר שטייט אָלגע, אן אויסגעפּוצטע און א שײַנענדיקע. אונטער די לאנגע ויִעס גליִען אירע קארע אויגן.
שאָלעם האָט זיך פארקוקט אף איר.
-- װי דו ביסט עס אױסגעפּוצט!--האָט ער בלויז געקאָנט אויסרופן.
-- ס'איז צוליב דיר. כ'האָב געװוּסט, אז דו װעסט קומען.
-- אז איכל קומען?
-- יאָ.
-- איז קום אראָפּ, -- װינקט ער, -- אהין, אין עסצימער.
--- ניין, אהין ניט, --- דערווידערט דאָס מיידל.
שאָלעם שטרעקט אויס צו איר די האנט און פּרווט זי איבעריידן.
-- גיי דו אליין אהין... -- עס באװײַזן זיך טרערן אף אירע אויגן. -- דו ביסט פאריינס מיט זיי... -- זי האָט קימאט אים ארויסגעשטויסן און פארמאכט די טיר.
װאָס װועט ער זאָגן דאָרט, אין עסצימער?
שאָלעם שטארקט זיך, ייַשעװט זיך און קאָן גאָרנישט ניט באשליסן. אָנגענומען זיך מיט הארץ, גייט ער מיט פעסטע טריט ארײַן און זעצט זיך אוועק שװײַגנדיק אף זײַן אָרט. לאָיעװו, זײַן פרוי און יעשוע קוקן אף שאָלעמען אָנגעשטרענגט-ווארטנדיק. די געסט מאכן זיך, אז זי פארשטייען גאָרניט, מע עסט די שאבעסדיקע מײַכאָלים. אלע װײַלע קומט ארײַן דער מעשאָ- רעס, און לאָיעוו באפוילט אים ברענגען נאָך אנדערע געקעכצן. אין דער נאָכפּייסעכדיקער צײַט זײַנען אפן טיש געווען פארשיידענע פרוכטן, װאָס מע זעט ניט אין די דאָרטיקע קאנטן, ווי, אשטייגער, באָקסערן, טייטלען און מאראנצן.
ווען די געסט זײַנען אוועק אין זייער צימער, האָט דער אלטער לאָיע א זאָג געטאָן צו יעשוען:
-- און דו, מײַן זון, מיינסט פאָרט, אז דער לערער האָט א שליטע אף האָדעלען
-- כ'האָב געמיינט. װאָס קומט מיר דערפאר? -- קנייטשט דער זון מיט די אקסלען און צענעמט די הענט.
-- איר װעט מיר דערלויבן, רעב עלימיילעך, -- רופט זיך אָן שאָלעם, וועלכער איז גע- שטאנען דערבײַ. -- איבער אײַער טאָכטערס הארץ און נעשאַמע טאָר איך קיין שליטע ניט האָבן, זי איז אליין באלעבאָס איבער זיך.
-- װאָס מיר הארץישמארץ... װער רעכנט זיך דערמיט? אויסגעטראכטע מײַסעס! -- דער אלטער טוט מיט ביטל א מאך מיט דער האנט. -- איך בין בײַגעקומען שװוערערע געשעפטן אין מײַן לעבן, פרעג בא אים, -- ער װײַזט מיט דער האנט און טוט א װוּנק אין יעשועס זײַט.
דער זון שאָקלט צו מיטן קאָפּ, ער באשטעטיקט.
צו דער וועטשערע מאַצעישאבעס זײַנען די געסט ארויסגעקומען צופרידענע, אויסגע- רוטע. דער סויכער האָט צענומען די פאָדערשטע פּאָלעס פון זײַן קאפּאָטע, ארײַנגעשטעקט ביידע הענט אין די זשילעטיקעשענעס און שפּאָטיש געפרעגט:
-- איז װאָס זשע, רעב עלימיילעך, אײַער בסולע איז טאקע אזוי קראנק געװאָרן, אז זי קאָן צו-זיך ניט קומען? זי קאָן אפילע ניט באװײַזן זיך פאר מענטשן?
לאָיעוו איז אופגעקאָכט געװאָרן. אזא פרעכהײַט -- וואגן אזוי צו ריידן מיט אים!
-- איך בעט מיר מויכל זײַן, װאָס מיר האָבן אײַך אומזיסט און אומנישט מאטריעך געווען, -- האָט לאָיעוו מיט ביטל א זאָג געטאָן.
לאָיעווס ענטפער האָט טייקעף אָפּגעקילט דעם סויכער. ער האָט האסטיק ארויסגענומען די הענט פון די זשילעטיקעשענעס און, ביכדיי צו פארגלעטן זײַן גײַציקײַט, כניפעדיק א פרעג געטאָן:
-- זאָגט מיר, רעב עלימיילעך, וי איז אײַך געפעלן געװאָרן מײַן לײיװיײייַצכאָק! איאָ, א װירדיקער כאָסן פאר אײַער טאָכטער? ס'מאכט ניט אויס, װאָס מיר האָבן זי נאָך ניט געזען, דעריקער, װאָס מיר װעלן זיך מיסכאטן זײַן, עמעס?
צוערשט האָט לאָיעוו געװאָלט זיך אויסדרייען פון אן ענטפער. ווען אָבער דער סויכער האָט איבערגעכאזערט זײַן פראגע נאָך מיט מער כניפע און באטאַנט, אז אזעלכע צוויי כאָ- שעווע אדירים ווילן זיך מיסכאטן זײַן, דארף מען ניט פרעגן קיין דייעס בא די קינדער, האָט דעמלט בא לאָיעװן פון ערגערניש זיך צוגעמאכט איין אויג.
40
-- אז מײַן טאַכטער װעט געזונט װערן און די קינדער װעלן זיך אָנקוקן, װעט מען דעמלט זען, -- האָט ער מיט שטארקײַט געענטפערט.
-- אזוי גאָר?! דאָס האָב איך זיך שוין ניט געריכט אף אײַך, רעב עלימיילעך. ,די קינ- דער װועלן זיך אָנקוקן...* בא מיר האָבן די קינדער קיין דייע ניט.
דער לאנדישאדכן האָט באשלאָסן זיך ארײַנמישן אינעם שמועס:
-- הײַנטיקע קינדער... -- זאָגט ער, -- איצט זײַנען גאָר אנדערע קינדער, איאָ, רעב עלימיילעך? און וי מיינט איר, רעב פּאלטיִעל? -- ער האָט זיך געוויגט, וי אן אומרו, פון איין מעכוטן צום צווייטן. נאָר אָפּשטעלן די קריג איז שוין געווען אומעגלעך.
-- הערט אויס, רעב סויכער פון באָסלעוו, -- זאָגט לאָיעוו מיט כויזעק, -- מער האָב איך מיט אײַך ניט װאָס צו ריידן. יעשוע, קום נאָר אהער, -- רופט ער דעם זון.
א בלייך-איבערגעשראָקענער באװײַזט זיך אף דער שוועל דער זון.
-- איך בעט דיך, מאָרגן אינדערפרי נאָכן אָנבײַסן זאָלסטו זיי, די דאָזיקע געסט, באגלייטן צו דער סטאנציע. הייס אנדרייען צוגרייטן די נײַע בריטשקע, פארגעס ניט! -- ער דרייט זיך אויס מיט ,א גוטער נאכט" און בלײַבט ניט.
מיט א געמאכטער פרײילעכקײַט ווענדט זיך דער סויכער צום שאדכן:
-- װי געפעלט אײַך, רעב טאנכום, דער גאדלען? אין א שיינער בלאָטע האָט איר מיך ארײַנגעפירט. גוטע יאָרן מיט פעטע קוגלען, אז איך דארף זיך אָנשלאָגן אין א שידעך מיט אָט דעם אָנגעבלאָזענעם ייִדישן פּאָרעץ... מע... קלײניקײַטן..
ער איז ארויס פונעם צימער, מיטציענדיק נאָך זיך לייבלען.
דער מעקלער טשאפּקין
די צײַט איז געגאנגען, און אין סאָפּיעװקע האָט מען שוין אָנגעהױבן פארגעסן אין דער געשיכטע מיטן שידעך: באזונדערס, ווען דאָרט האָט זיך באוויזן טשאפּקין. סימכע טשאפּקין איז געווען א גרױיסשטאָטישער מעקלער, א מענטש, װאָס פון זײַנע ארבל האָבן מאמעש זיך געשאָטן װועלדער, אימעניעס, נאכלעס פון אָפּגעקומענע פּריצים, פארשיידענע אקציעס פון רוסלענדישע און אויסלענדישע געזעלשאפטן.
אן אױסגעפּוצטער, װי אף א כאסענע -- אין א וויזיטקע מיט אן אקוראט אויסגעפרעסט אייבערשט העמד, אין א מאָדערנעם שניפּס, און אין א קאסטאָרענעם הוט אפן גראָװיװערנ- דיקן קאָפּ, -- פלעגט דער דאָזיקער מיטליאָריקער פראנט זיך באװײַזן בא לאָיעװס הויז אף א פּריצישער דראָזשקע. װוי א וויכער, פליט ער ארײַן צו לאָיעװן אין קאבינעט און מיט זײַן פּישטשענדיק-הייזעריקלעכן פאלצעט רעכנט ער אויס א צעטל פון אימעניעס, הײַזער, וועלדער פון פּריצים-יוירדים און גיט צו שטענדיק, אז ,אוב ניט איצט, װעט מאָרגן זײַן שפּעט!.
דער אלטער לאָיעוו מיט זײַן געוויינלעכער געלאסנקײַט נעמט ארויס פון טשאפּקינס הענט זײַן טונקל-ברוין שטעקעלע מיט דער סקיפּקע, װי א קולבעלע, טוט דערמיט עטלעכע מאָל א קלאפּ איבערן טיש, װי דער שאמעס אין שול, און זאָגט שמייכלענדיק:
ירא : יא 3 = סימכע, ס'ברענט ניט. זעצט זיך צו און קילט זיך אָפּ, װעלן מיר דאן שמועסן.
מיט לאָיעװן האָט זיך טשאפּקינען ביז הײַנטיקן טאָג נאָך קיין איין מאָל ניט אײַנגעגעבן צו מאכן עפּעס א געשעפט.
-- ס'גייט מיר ניט מיט אײַך, רעב עלימיילעך. מיטן גראף בראָניצקי, מיט טישקעוויטשן, מיט... מיט בראָדסקין און מיט וועמען ניט. נאָר מיט אײַך קאָן איך זיך ניט צונויפריידן.
דער מעקלער האָט באזונדערס געהאט כיישעק ,פארטשעפּען א צװיאָק?, װי ער אליין האָט זיך אויסגעדריקט, קעדיי דערנאָך קאָנען זיך בארימען, אז אפילע מיט אזא אקשן און פּאָסעסאָר, װי עלימיילעך לאָיעװ, האָט ער, סימכע טשאפּקין, אויך געמאכט א געשעפט.
אין גרויסן געיעג נאָך לאָיעװן איז דער פלינקער מעקלער געפאלן אף א סייכל: ער האָט באמערקט, מיט װאָס פאר א מין אופמערקזאמקײַט דער ארענדאר באציט זיך צום לערער, דעם געדיכטהאָריקן יונגערמאן, װאָס זיצט אָפט שװײַגנדיק בא דער זײַט אין דער צײַט, ווען ער, סימכע טשאפּקין, פירט געשפּרעכן מיט לאָיעוון. אייניקע מאָל האָט ער געטראָפן לאָיעון באם דיקטעווען דעם יונגנמאן בריוו. איז עפשער װאָלט געווען א סװאָרע, ער זאָל זיך זען מיט אָט דעם לערער, פארשטייט זיך, ווען דער באלעבאָס װעט ניט זײַן אין דער היים..
41
אזא געלעגנהײַט האָט זיך אינגיכן געמאכט. איינמאָל האָט טשאפּקין געטראָפן לאָיעוון בא זײַנעם א שאָכן -- א פּאָרעץ. נאָך דעם שיינעם באָרעך-האבאָ, װאָס איינער דעם צווייטן האָט געמאכט, און נאָך א פײַנעם צעגיס האָט טשאפּקין מיטאמאָל זיך אופגעהויבן און אוועק- געקנאקט קיין סאָפיעווקע. ס'איז גראָד דאן געווען א שלאקסרעגן, איז די דראָזשקע, מיט וועלכער טשאפּקין איז געקומען, גלײַך אװועקגעפאָרן, און ער איז געבליבן נעכטיקן אין סאָפיִעווקער הויף. טשאפּקין האָט גלײַך געפונען דעם רעפּעטיטאָר און פארפירט מיט אים א שמועס.
-- א גוטן אָװנט אײַך, יונגערמאן! -- האָט ער אויסגערופן, שטייענדיק אף דער שװעל.
-- א גוט-יאָר.
-- און צוזעצן זיך בעט איר מיך אפילע ניט? -- טשאפּקין פארזשמורעט א ביסל איין אויג.
-- זיצט, -- מוז שוין שאָלעם פארבעטן טשאפּקינען.
-- אין אזא גוסרעגן בין איך געצװוּנגען איבערצונעכטיקן בא אײַך. ווען רעב עלימיילעך זאָל זײַן אין דער היים, װאָלט מיר שוין גראָד ניט געווען אומעטיק. װוּ איז די בארישניע?! -- פרעגט ער װײַטער.
-- איך ווייס ניט, -- קומט א טרוקענער ענטפער,
טשאפּקין איז שוין פארנומען מיט עפּעס אנדערש, ער באטראכט א בילד אף דער וואנט.
-- ווער איז אָט דער צאדיק? -- און אָן שום צערעמאָניעס טאָרעט ער מיטן שטעקל די פאָטאָגראפיע.
-- ניט פון יענע, װאָס איר מיינט, -- ענטפערט שאַלעם בייז,
-- כ'פארשטיי, כ'פארשטיי. איר קלערט שוין גאָר, אז איך בין אזוי אָפּגעשטאנען מי- סטאמע א מין מוישע מאָנטעפיאָרע.
-- װאָס איז, ער שטערט אײַך? -- קוקט שאָלעם אופגעבראכט אפן אומגעבעטענעם גאסט.
-- ניין, כ'מיין גלאט אזוי, צו װאָס טוג ער אײַך? װאָס האָט איר פון אים!
שאַלעם קערעװועט זיך אָפּ פונעם אײַנגעגעסענעם גאסט, אָבער טשאפּקין איז ניט פון די, װאָס באליידיקן זיך. גלײַך װי גאָרניט, שפּאנט ער זיך דורך און הייבט אונטער מיטן שטעקל אנדערע פּאָרטרעטן, װאָס הענגען דאָרט. שאַלעמס האנט שטעלט אָפּ דעם מעקלער, און ביידע באגעגענען זיך מיט די אויגן: שאָלעמס -- בארויגעזע און עטװאָס צוגעזשמורעט- אָנגעשטרענגטע, טשאפּקינס -- כוצפּעדיקע און לײיצאָנעסדיקע.
-- זײַט ניט בייז אף מיר, יונגערמאן. ניט צוליב דעם בין איך געקומען צו אײַך, -- װײַזט טשאפּקין אף די פאָטאָגראפיעס. -- איר אליין געפעלט מיר זייער. כ'האָב שוין וועגן אײַך גערעדט אין אייניקע הײַזער, װוּהין איך גיי ארײַן, אז בא עלימיילעך לאָיעוו איז פאראן א לערער -- איינער אין דער וועלט. מיינט ניט, אז איך כאנפע זיך צו אײַך. מיך קענען די נאָבעלסטע פּריצים. מ'האָט מיך געבעטן רעקאָמענדירן אזא מין יונגערמאן, װאָס קאַטאָרי וועלכער... האָב איך אײַך אין זינען געהאט... אָבער איך ווייס, אז צוליב דעם מיידל װעט איר ניט פארלאָזן אײַער קאָנדיציע. און עפשער וועט איר א טראכט טאָן?
שאָלעם קוקט אומגעדולדיק אין פענצטער.
אומעטיק-אײַנגעגעסענע רעגן-טראָפּנס גליטשן זיך איבער די שויבן, און טשאפּקין בע- בעט אָן א שיר און קאָן, אפּאָנעם, ניט ארופקומען אף דעם, צוליב װאָס ער איז אהער אראָפּ- געקומען אין אזא שלאקסרעגן.
דער לערער האָט זיך שוין אוועקגעזעצט אף זײַן בעטל, עטלעכע מאָל געגענעצט, גע- מיינט אזויארום פּאָטער ווערן פונעם גאסט. ווען ער זאָל זיך שוין פארנעמען פונדאנען, װאָלט שאָלעם נאָך געקאָנט ארײַנגיין צו אָלגען, זי ווארט אף אים.
טשאפּקין האָט אפילע ניט געקלערט אוועקצוגיין, ער האָט ערשט אראָפּגענומען די וי זיטקע, צוגערוקט דאָס בענקל נעענטער צו שאַלעמען און פארטרוילעך גענומען ריידן:
-- איך זע, איר זענט דאָ אין שטוב א גרויסער כאָשעוו בא רעב עלימיילעכן. איך דארף מיט אים מאכן א געשעפט, און ער לאָזט זיך ניט...
-- װאָס פאר א שײַכעס האָט עס צו מיר? -- שלאָגט אים איבער שאָלעם.
זיך צוגערוקט נעענטער, האָט טשאפּקין שוין הייסער גערעדט:
-- א גרויסע שײַכעס האָט עס! איר קאָנט דערבײַ האָבן פּארנאָסע מער, וי פון אײַער קאָנדיציע פאר א סאך יאָרן. אויב ניט, זאָל איך ניט הייסן סימכע טשאפּקין! הערט מיך אויס, יונגערמאן: דער וואלד, װאָס קוצענקאָ פארקויפט, איז א מעציע פאר א גאנעוו. איך האָב שוין געזאָגט רעב עלימיילעכן, אָבער ער איז א מעסוקענער אקשן, ער פארשטייט אליין ניט, װאָס פאר
42
א גליק אים שטייט פאָר. װען איך זאָל ניט וויסן, אז רעב עלימיילעך אין א מענטש -- א גרויסער כאָכעם מיט א ברייטן פארנעם, װאָלט איך געזאָגט מיטן פאָלקסווערטל ,אז מע דארף א נאר גוטס טאָן.. װאָס קוקט איר אף מיר אזוי בייז? הערט אויס ביזן סאָף. אויב איר וועט מיר צושפּילן, ער זאָל מיט מיר מאכן דאָס געשעפט, װעט איר אויך אָפּלעקן א פעט ביינדל... װאָס איז, װאָס טוט איר, יונגערמאן, -- בלײַבט דער מעקלער פארלוירן, ווען ער דערזעט, וי שאָלעם האָט מיט צאָרן צעפּראלט די טיר און מיט דער האנט געוויזן אף יענער זײַט שוועל.,
-- טייקעף זאָלט איר זיך פארנעמען פונדאנעף -- האָט ער בייז אויסגעשריגן. -- איר הערט, טייקעף!
טשאפּקין איז מעװװוּלוול געװאָרן, גענומען זוכן די וויזיטקע.
בא דער טיר האָט זיך באוויזן אָלגע.
-- װאָס קומט דאַ פאָר? -- פרעגט זי און ווייסט ניט אף וועמען פריער צו קוקן.
-- ער ווייסט װאָס! -- דערהערט זי שאָלעמס ענטפער.
דער מעקלער איז ארויסגעלאָפן, נאָך אים איז געפלויגן דאָס שטעקל, װאָס ער האָט פארגעסן אין צימער.
ארויסגעטריבן פון סאַפיִעווקע
שוין דאָס דריטע יאָר, װי שאָלעם געפינט זיך אין סאָפיִעווקע. ער איז צוגעוווינט געװאָרן צום באשטענדיקן גאנג און ריטם פונעם דאָרפס-לעבן אין דעם רײַכן מאיאַנטעק. דעם עמעס געזאָגט, האָט ער ניט געװאָלט זיך פארטראכטן וועגן דעם, אז די דאָזיקע אידיליע קאָן אומ- געריכט זיך איבערײַסן.
ווען ער געפינט זיך צוזאמען מיט אָלגען,. וויל ער טראכטן בלויז וועגן איר.
איינמאָל, ווען אים איז באזונדערס געווען אופגעלייגט אפן הארצן, האָט ער זיך דער- מאָנט אין , שיר-האשירים".
-- האָסט אמאָל געלייענט? -- פרעגט ער זי.
-- ניין.
-- דארף מען דיר אָט דאָס דאָזיקע געזאנג איבערלייענען.
און טאקע אפן אָרט גענומען פאָרלייענען פון שיר-:האשירים -- דאָס געזאנג פון אלע געזאנגען -- און געטײַטשט אזוי, וי מיט יאָרן צוריק האָט עס געטאָן פאר די קינדער דער רעבע אין כיידער, מיט א געוויסן נוסעך;
אן אנדער געזאנג האָט געזונגען א מיילעך, און דאָס געזאנג האָט געזונגען א מיילעך בען מיילעך.. אן אנדער געזאנג האָט געזונגען א כאַכעם, און דאָס געזאנג האָט געזונגען א כאָכעם בען כאַכעם...
זי האָט שוין געװוּסט, דאָס מיידל: אין אזעלכע מינוטן האָט שאָלעמען באהערשט יענץ געפיל, װאָס מאכט איידעלער און שענער זײַן גײַסט. נאָר שטארקער פון אלע װערטער איז די טיפע שװײַגעניש איינס לעבן אנדערן, די ניט דרייסטע ארומארעמונגען..
ווען ס'װואָלט אָפּטער זיך איבערגעכאזערט אזא ליבע שװײַגעניש, װאָלט דאָס לעבן שאָלעמס דורכגעגאנגען, וי אין א כאָלעם...
האָט דער רועך אָנגעטראָגן צו לאַיעװן אין דער פּאָסעסיע איינע א מאכשייפע, װאָס האָט דעם זיסן כאָלעם פון זײַן לעבן פארוואנדלט אין שװוערער און בייזער װירקלעכקײַט.
אין א שיינעם ווינטערדיקן טאָג שטעלט זיך ארײַן א גאסט פון בערדיטשעוו --- א הויכע, באיאָרטע ייִדענע, לאנג און דאר, װי א שטעקן, אָנגעטאָן אלטמאָדיש, מיט יענעם שטעל, װאָס גיט גלײַך אויס א מענטשן א גאדלען. אפילע צום באלעבאָס פון דער פּאַסעסיע -- צו איר װײַטן קאָרעװו, צו עלימיילעכן אליין האָט זי גערעדט מיט אזא אזעס און מיט אזא מינע אפן אויסגעטריקנטן פּאָנעם, גלײַך זי װאָלט װעלן זאָגן: ,שעץ זיך גליקלעך, װאָס דו האָסט זויכע געווען, איך זאָל צו דיר אראָפּקומען".
לויט וי שאָלעם האָט באמערקט, האָט עלימיילעך ארויסגעוויזן צו אָט דער ראשיקער פרוי עפּעס א מין צוריקגעהאלטענע איראָניע. ס'איז אים ציקאווע געוען זיך צוקוקן צום גערודער, װאָס דער ניט-געבעטענער גאסט האָט ארײַנגעבראכט אין זײַן הויז: די שטוב-מענטשן גייען ארום אף די שפּיץ פינגער, ריידן שטיל. דאָס האָט בא אים ארויסגערופן א גוטמוטיקן שמייכל,
23
ווען לאיעװ פלעגט זיך מיט איר באגעגענען אין שטוב אָדער אין דרויסן, פלעגט ער פארזשמורען די אויגן און פרעגן;
-- נו, מומעניו, וי געפעלט אײַך בא מיר?
די מומעניו -- דער אומגעריכטער גאסט פון בערדיטשעוו -- גוידערט זיך אויס, און פון אירע דינע ליפּעלעך פאלט אראָפּ:
-- מיר געפעלט! גאנץ פּײַן, גאנץ װויל! װי בא אן עמעסן פּאָמעשטשיק, איך זאָל אזוי געזונט און שטארק זײַן!
שאָלעמען איז ניט געווען פארשטענדלעך, פארװאָס די ייִדענע, וועלכע האָט אויסגעזען ניט עלטער פון עלימיילעכן, זאָגט אים , דו" און ער צו איר וענדט זיך מיט , זײַט אזוי גוט", ,זײַט זיך מאטריעך" און , זאָל אײַך ניט פארדריסן" און מיט נאָך קעדוימע אזעלכע איידעלע, אויסגעפײַנטע דערעכערעץ-וװוערטער.
און זי צו אים:
-- אז דו ביסט נאָך געווען א קלייניטשקער, האָט מען שוין געקאָנט זען, אז דו װעסט זײַן א פּאָמעשטשיק, איך זאָל אזוי געזונט און שטארק זײַן!
עס װײַזט אויס, אז פון ,געזונט און שטארק זײַן" האָט די בערדיטשעווער מומעניו זייער געהאלטן. מיט דריבנע טריטעלעך האָט די מאיעסטעטישע פרוי זיך ארומגעדרייט און געוויגט זיך מיט איר קערפּער איבער לאָיעװוס הארכאָװעדיקע צימערן און מיט די לאנגע דינע שיךי נעזער אָנגערירט יעדעס שטיקל פײַן מעבל. שאָלעם האָט עס באמערקט און געפרעגט ניט דרייסט:
-- װאָס טוט איר, מומעניו?
זי קערעוועט זיך אויס צו אים מיטן פּאָנעם און ענטפערט אָפּ שטאָלץ:
-- ווער ביסטו דאָ אזוינס?
שווער איז געווען איר גלײַך צו דערקלערן, װער ער איז אזוינס. ס'האָט אים שוין גאָר אפילע באנק געטאָן, װאָס ער האָט זי פארטשעפּעט.
-- אך, יאָ, -- כאפּט זיך די אלטע און ווענדט זיך צו אים: -- איך ווייס שוין, מיילעך האָט מיר געזאָגט. איך האָב דיך אויך געזען באם טיש. גיי, גיי דיר דײַן וועג. אָדער -- ווארט אויס, קום נאָר אהער נעענטער. -- און נאָך איידער שאָלעם באװײַזט אפילע א טראכט צו טאָן, צו װאָס דארף זי אים, נעמט זי אָן צערעמאָניעס אים אָן בא דער האנט און באטראכט
44
אים פּונקט אזוי, װי זי באטראכט די זאכן אין שטוב. אָט-אָט, דאכט זיך אים, װעט זי מיט אירע נעזער-שפּיצן פון די לאנגע שיך אים אויך אזוי אָנרירן, וי דאָס מעבל.
-- ווארט נאָר צו, יונגערמאנטשיק, לאָמיך נאָר אף דיר א קוק טאָן. ביסט דאָך א גאנצער יאיטעבע-דאם, מע זאָגט, קאָנסט גוט שרײַבן און לייענען. -- זי ציט ארויס פון עפּעס א קע- שענקעלע בא דער ברוסט א צונויפגעלייגט האלב-צעריבן שטיקל פּאפּיר און שטופּט עס שאַ- לעמען צו די אויגן. -- טו נאָר א לייען דורך, װעלן מיר הערן דײַן איוורע...
שאָלעם צעוויקלט דאָס פּאפּירל און דערזעט, ס'איז פארפלעקט און פול אָנגעשפּיקעװעט מיט ציפערן.
-- ס'איז דאָך דאָ ניטאָ װאָס צו לייענען, -- זאָגט ער, באטראכטנדיק דאָס פּאפּירל פון אלע זײַטן,
-- מע זאָגט דאָך, אז דו יאָכלסט געזונט אן אליזן,
-- אז עס איז דאָ װאָס, קען איך, -- שמייכלט ער.
-- װאָס הייסט, ס'איז ניטאָ? -- ווערט בייז די ייִדענע.
-- עפּעס כעזשבוינעס... -- באװײַזט שאָלעם קוים צו זאָגן, װי זי כאפּט אויס צוריק דאָס פּאפּירל,
-- ס'איז גאָר ניט דאָס, איך האָב געװאָלט דיר געבן א קאבאָלעיצעטעלע פון א ייִדן -- א פּראָמילניק, -- און זי שטופּט צוריק דאָס פארפלעקטע שטיקל פּאפּיר אין געהיימען קע- שענקעלע. -- זאָל זײַן, איך האָב יענץ פארלוירן? -- רעדט זי צו זיך אליין, באָברעט זיך און זוכט אלץ. -- אײַ-אײַיאײַ, פארלוירן אזא וואזשנע קאבאָלע-צעטעלע... נו, זאָל שוין זײַן אזוי, איך װעל מוזן גלייבן אפן װאָרט, אז דו ביסט א געבולבעטער.
די מומעניו שווימט אוועק װײַטער,
בייס שאָלעם האָט געקוקט אף איר, איז אים ארופגעקומען אפן זינען זײַן שטיפמאמע. יענע איז אויך פון בערדיטשעוו, עמעס, יענע איז פּראָסטער אין פארגלײַך מיט איר און איז אָן שום פּוצן. דאָך איז פאראן אינעם אָנבליק און אין אזעס ענלעכס און קרויווישעס.
פון אן אנדער צימער דערטראָגט זיך אהער איר טרישטשענדיק קאָל;
-- זאָג מיר, מיילעך, איך בעט דיך, וװוּ האָסטו געקויפט אָט דעם טרעליאזש? איך האָב אזעלכן געזען בא אונדז אין שטאָט בלויז בא פייגעלע מאגאזאניק. און יענע נעגידעסטע האָט אים געבראכט אזש פון ווין. דו הערסט, װאָס איך רעד צו דיר?! פון ווין האָט זי אים גע- בראכט, איר זאָל אזוי געזונט און שטארק זײַן.
,א ציקאווע פּארשוין!" -- טוט א קלער שאָלעם.
-- װאָס ביסטו פארקלערט? -- רײַסט איבער זײַנע געדאנקען אָלגע.
ער ווערט איבעראשט, ווען ער דערזעט לעם זיך דאָס מיידל.
-- כ'האָב דאָ געהאט א ראנדעוווּ מיט דער גראנדידאמע פון בערדיטשעוו.
דאָס מיידל צעשמייכלט זיך. איר געפעלט, װי שאָלעם האָט ריכטיק אָנגערופן די מומע.
אײַלנדיק, מע זאָל זי ניט טרעפן צוזאמען, דערמאָנט אָלגע שאָלעמען, אז זיי האָבן צוגעזאָגט דאָדיען, דעם עקאָנאָס, הײַנט קומען צו אים, שוין א שטיק צײַט ניט געווען דאָרט.
אן עמעסער יאָמטעװו איז שטענדיק באם עקאָנאָס און זײַן פרוי, ווען שאָלעם מיט אָלגען קומען צו זיי. דאָרט פילט זיך דאָס פּאָרל פרַ און אומבאצוווּנגען, א סאך בעסער, װי בא זיך אין דער היים,
-- איר, קינדער, אז איר קומט ארײַן צו אונדז, באשיינט איר און באלויכט מײַן שטוב, --- האָט ליב געהאט צו זאָגן דעם עקאָנאָמס פרוי.
און דאָס מאָל אויך אזוי. דערזען די געסט, לייגט די פרוי אוועק אלע שטוב-ארבעטן און נעמט געטרײיַ אײַנוואשן די הענט, זאָגנדיק דערבלי:
-- אָט איצט ווייס איך, אז ס'איז בא אונדז יאָמטעװו אין שטוב,
-- װאָס זשע, ס'איז דען שוין כאנעקע! -- פרעגט אָלגע.
-- נאָך ניט. נאָר אז איר קומט, ווייסט איר דאָך, ווערט מיר פריילעך אפן הארצן. אָט װועט באלד ארײַנקומען דאָדיע, וועלן מיר עסן גוטע מײַכאָלים.
-- װאָס הייסט גוטע מײַכאָלים? -- וויל זיך דערקונדיקן שאָלעם. -- איר ווייסט דאָך, אז איך בין אן אלטער זוילעל-וועסויוועניק.
-- הערט אוף צו ריידן אף זיך לאָשנהאָרע, מע טאָר ניט אזוי. גוטע מײַכאַלים הייסט: א שטיקל הערינג מיט ציבלקעס און קארטאָפליעס מיט שאָלעכץ, דערנאָך א צוגעבראָטן לע- בערל מיט גענדזענע גריוועלעך... צופרידן?
-- א מעכײַע! -- רײַבט שאָלעם די הענט א צופרידענער. -- אין דרויסן איז אזוי קאלט, א גרימערנדיקער פראָסט. און דאָ איז ווארעם און היימלעך, און מע גיט געשמאקע מײַכאָלים.
45
אָלינקע, מירן הײַנט האָבן א סודע קעיאדיהאמעלעך. עמעס, ניט אזעלכע, װי בא דײַן פאָטער אין שטוב, אָבער דערפאר...
-- װאָס -- דערפאר? -- שלאָגט אים איבער אָלגע.
-- דערפאר... ניט אזוי, װוי בא דײַן טאטן אין שטוב.
מע לאכט. דעם עקאָנאָמס פרוי גיט צו בענימעסדיק:
--- אוואדע איז בא אונדז א געמיינער מאָלצײַט, נאָר ניט צו פארזינדיקן.
-- װאָס רעדט איר, באלעבאָסטעניו? -- ווערט שאָלעם אופגעלייגט. -- אָט דאָס איז טאקע דאָס גוטע.
ס'איז ארײַנגעקומען דאָדיע. דערזען די געסט, האָט ער זיך צעשמייכלט פון פארגעניגן.
-- דערלאנג עפּעס צום טיש, -- שרײַט ער צום װײַב.
-- אלץ איז באװאָרנט, זאָרג זיך ניט, -- ענטפערט די באלעבאָסטע.
-- איך זאָג, רעב דאָדיע, אז ציבעלע מיט קארטאָפליעס און לעבערלעך מיט גריוולעך איז א מעכײַע! אײַנגעמאכטס מיט פּלאָדן, בוליאָנען מיט קאָמפּאָטן -- דאָס עסט זיך צױ הײַנט דאָס האלטן זיך צירלעך-מאנירלעך.
דאָדיע ווערט פריילעך. א צופרידענער נעמט ער ארום צוערשט אָלגען, דערנאָך שאָי לעמען.
-- אף מײַן װאָרט, עס ווערט מיר ווארעם אף דער נעשאָמע, אז איך דערזע אײַך בא זיך. װוּ איז ערגעץ אונדזער טעכטערל? -- טוט ער א פרעג באם װײַב. -- רוף ארײַן זעלדעלען, מיר זאָלן אלע איניינעם פארברענגען.
דעם עקאָנאָמס פרוי איז ארויסגעלאָפן פון שטוב און אין א פּאָר מינוט ארום זיך צוריק אומגעקערט מיט א מיידעלע פון א יאָר צוועלף מיט שטײַף-פארפלאָכטענע צעפּעלעך, און מיט קײַלעכיקע בעקעלעך, װי בא איר מוטער. דאָס מיידעלע האָט פרײַנטלעך זיך צוגעטוליעט פריִער צו אָלגען, דערנאָך צו שאָלעמען.
-- גענוג געלאשטשעט זיך, טעכטערל, -- זאָגט דער פאָטער. -- זעץ זיך אוועק לעם מיר, און מירן הערן, װאָס שאָלעם װעט עפּעס דערציילן. :
אפן טיש באװײַזן זיך הייסע קארטאַפליעס, פון וועלכע עס זעצט א פּארע. שאָלעם נעמט א היפּשע קארטאָפליע אין דער האנט און הייבט אָן זי אָפּשײלן. ער ווארפט זי איבער פון איין האנט אין דער צווייטער, בלאָזט אף איר. ענדלעך לייגט ער אװעק די קארטאָפּליע אפן טעלער לעם אָלגען.
-- אָליע, בא אײַך עסט מען אויך אזעלכע קארטאָפּליעס? -- פרעגט שעמעוודיק זעלדעלע.
-- מע עסט, נאָר ניט אזעלכע הייסע.
-- געהאקטע, -- שטעלט שאָלעם ארײַן א װאָרט. -- אָבער ויאזוי די מומע טויבע פון בערדיטשעוו עסט קארטאָפליעס, האָט איר אמאָל געזען!
-- באװײַז, באװײַז, שאָלעמקע, -- בעטן די באלעבאטים. זיי ווייסן שוין: אף נאָכמאכן עמעצן איז שאָלעם א מײַסטער.
דער באָכער לאָזט זיך לאנג ניט בעטן. אין די אויגן צינדן זיך אָן בא אים לאכנדיקע פײַערלעך. דערזען אפן בעט א פאטשיילע, טוט ער זי פלינק אָן אפן קאָפּ, פארקרימט די ליפּן אזוי, אז דאָס מויל ווערט צײינלאָז אײַנגעפאלן, װי בא דער מומע טויבע.
אָלגע איז זיך פארגאנגען פון געלעכטער.
-- אוי, אקוראט, װוי די מומע, --- האָט זי קוים ארויסגעבראכט.
פּלוצעם כאפּט שאָלעם א קארטאָפליע אין מויל ארלין, קײַט, קײַט זי און שלינגט זי היל- כיק אראָפּ.
די , מומעניו" שטעלט זיך אװועק טײַנען מיט אירע טנועס און מיט אירע זשעסטיקולי- רונגען:
-- הער נאָר אויס, מיילעך, אָט דאָס שטיקל צירונג, װאָס דו האָסט אָנגעטאָן דײַן טעכ- טערל, איז שוין לאנג ארויס פון דער מאָדע. און דאָס קלייד, װאָס דו האָסט געמאכט דײַן ראַכלען, האָט מען געטראָגן פאר סאָבעסקיס צײַטן...
די אונטערשטע ליפּ בא שאָלעמען איז מאָדנע אראָפּגעהאנגען, דער שטערן -- געקנייטשט, וי בא אן אלטן מענטשן. אלע האָבן געגאפט, װי א מענטש קאָן אזוי זיך ענדערן.
פּלוצעם טוט זיך האסטיק אן עפן די טיר און אין א װײַסן װאָלקן פראָסט שווימט ארײַן די מומע טויבע און בלײַבט שטיין אף דער שװועל. זי איז געשטאנען אין איר שווארצן סאק מיט שליאָמעס און מיט א שמייכעלע אין די בייזע אויגן געקוקט אף דעם, װאָס עס איז פאָר- געקומען בא דאָדיען אין שטוב.
3* 46
-- א טרעאטער, איך זאָל אזוי געזונט און שטארק זײַן, -- האָט די מומע טויבע געזאָגט און זיך אויסגעדרייט צו דער טיר מיט די ווערטער: -- דערהערט אזא געלענדער, האָב איך געמיינט, גאָט ווייסט, װאָס דאָ טוט זיך. -- זי איז צוגעלאָפן צו שאָלעמען, אראָפּגעריסן דאָס טיכל פון קאָפּ און איז פארשװווּנדן אין דעם זעלבן מילכיק-קאלטן װאָלקן.
אלע זײַנען געבליבן פארלוירן אף זייערע ערטער.
שאָלעם האָט גאנץ רויק א זאָג געטאָן:
-- איצט װועט זי שוין בא לאָיעון האָבן װאָס צו טאָן...
דערוף האָט אָלגע נערוועז געענטפערט:
-- מע הערט זי פאר א דרײַער.
די צעשטערטע פריילעכע סודע האָט זיך פארענדיקט שװײַגנדיק. בלויז דאָדיע האָט א בורטשע געטאַן:
-- װאָס פאר א שווארציאָר האָט זי אָנגעטראָג? א פּאָטעפאלנעסט פון א ייִדענע!
נאָך דעם, װי שאָלעם מיט אָלגען זײַנען ארויס פון דאָדיעס שטוב, האָבן זיי נאָך לאנג שפּאצירט ארום דעם הויף. שאָלעם האָט אלץ געװאָלט בארויקן אָלגען, װײַל עס האָבן זי אָנגעהױבן באהערשן אומבאשטימטע פּכאָדים. אָלגע האָט אלץ געטײַנעט, אז די ,בערדיטשע- ער מאכשייפע? קאָן זי ברענגען צאָרעס. זי קאָן ביכלאל ניט באנעמען, װאָס טוט עס בא זי אין שטוב אָט די אויסגעטראכטע אומגעריכטע מומע. װער איז זי? װאָס קער זי זיך אָן מיטן טאטן? אז קיינמאָל איז זי גאָר אפילע ניט דערמאָנט געװאָרן בא זיי אין שטוב. זי האָט זיך ארײַנגעריסן, װי א שטורעמווינט פון ערגעץ פון אױסרײַסעניש, און דער טאטע, וועלכער איז שטענדיק אזא פאָרזיכטיקער און גאָר ניט אזא צוגעלאַזטער צו מענטשן, איז אזוי ווויל- גענייגט צו אַט דער סוידעספולער מומעניו, נישט אנדערש, װי עפּעס א פארשאָלטענער שאָטן האָט זיך ארײַנגעשמוגלט צו זיי אין שטוב און אלע גייען פאר איר אף די שפּיץ פינגער. אויך בא דאָדיען אין שטוב האָט זי זיך באוויזן, װי א שאָטן. װאָס האָט זי געװאָלט, פארװאָס האָט זי אהין פארבלאָנדזשעט? :
באמערקט, וי אָלגע ערגערט זיך, דערמאַנט איר שאָלעם, אז בא דאָדיען אין שטוב האַט זי אליין געזאָגט ,מע הערט זי פאר א דרײַער", איז זאָל זי טאקע קיין יעסורים ניט האָבן.
שאָלעם האָט אָנגענומען אָלגען אונטערן אָרעם, און ביידע האָבן מיט פעסטע טריט אוועק- געשפּאנט, צעשארנדיק דעם פעכלדיקן שניי אף די סטעזשקעס.
דעם זעלבן אָװנט האָט עלימיילעך לאָיעוו זיך פארשלאָסן אין קאבינעט. די שטוביקע האָבן פריִער מיט א פּאָר שאָ געזען, וי צו אים איז ארײַנגעגאנגען די מומע טויבע. פון דאָרט האָבן זיך דערטראָגן הויכע אויסגעשרייען און לאָיעווס צערייצטע שטים. מאלקע די קעכנע האָט דערציילט פאר די אנדערע הויף-מענטשן, אז זי אליין האָט מיט אירע אױיערן גע- הערט, -- זי זאָל אזוי הערן גוטע בסורעס בא אלע אירע ליבע, -- װוי דער אלטער לאָיעוו האָט שטרענג באפוילן טייקעף-אומעיאד ארײַנרופן דאָדיע דעם עקאָנאָם. די מומע טויבע איז אים נאָכגעגאנגען פוסטריט און געזאָטן פון קאס: ?בא דיר אונטער דער נאָז פירט מען ליוב- קעס...", ,א קאָמעדיאנשטשיק פאר אן איידעם דארפסטו? מע װעט דאָך דיך באשטעקן מיט פעדערן, מיילעך. באנעם, װאָס איך זאָג דיר".
אפּאָנעם, דער קלוגער, באטראכטער עלימיילעך האָט באנומען, װאָס די מומע האָט אין אים ארײַנגערעדט.
אינגיכן האָט דאָדיע דער עקאָנאָם ניט טוט, ניט לעבעדיק אריבערגעשפּאנט די שװעל פון קיך, און מאלקע איז געווען די ערשטע, װאָס האָט אים אָנגעזאָגט די גוטע בסורע, אז אף אים ווארט א שיינער באָרעך-האבאָ. א שװײַגנדיקער, האָט ער אײַליק אראַפּגעטרײסלט דעם שניי פון די שטיוול און געװאָלט זיך לאָזן אין די כאדאָרים, נאָר מאלקע האָט אים אָפּגעשטעלט.
-- זעט אויס, האָסט פארגעסן, װוּהין דו גייסט.
-- אײַ, -- טוט דאָדיע א מאך מיט דער האנט, ווארפט אראָפּ די מארינארקע און דאָס שמויסענע היטל,
אין לאָיעװס צימער איז דאָדיע געבליבן שטיין בא אן אַפענער טיר. האָט דער באלעבאָס פון אונטער די אָנגעכמורעטע ברעמען א װוּנק געטאַן, ער זאָל צוציִען די טיר. און ווידער איז דאָדיע געשטאנען אין שװײַגעניש, ניט גערירט זיך פון אָרט, ביז ער האָט סאָפקאָלסאָף דערמאָנט מיט א הוסט וועגן זיך.
לאָיעוו האָט געשוויגן. ענדלעך זיך אופגעהויבן, צוגעגאנגען צו דאָדיען, אָנגעװיזן אף די וואסער-פלעקן, װאָס אונטער זײַנע פיס אפן דיל, און ארויסגעבראכט בלויז איין װאָרט:
-- אָנגעפּאסקודעט...
47
דאָדיע לויפט שנעל ארויס, ברענגט ארײַן א שמאטע און נעמט זיך געטרײַ אויסװישן די וואסעריפלעקן. פארענדיקט, האָט ער װוידער האכנאָעדיק זיך אוועקגעשטעלט אין ווארטעניש מיט א שרעקעוודיק הארץ.
לאָיעוו מעסט אים אָפּ מיט א ביטל-קוק, נעמט אים אָן פאר דער האנט, װי א רעבע א פארזינדיקט כיידער-ייַנגל,
-- זייער לײַטיש פון דײַן זײַט. האָסט מיר געטרײַ אָפּגעדינט פאר מײַן גוטס און פאר דעם, װאָס כ'האָב דיך אופגעהויבן פון אש און פון שטויב. פײַן?
מיט אן אָפן מויל און ברייט צעעפנטע אויגן איז דער גיבערדיקער מענטש געשטאנען פאר זײַן באלעבאָס און גאָרנישט ניט געקאָנט ארויסברענגען. מיט גרויס אָנשטרענגונג און פארכאפּטן אָטעם האָט ער געווארט, װאָס נאָך װעט אים אזוינס זאָגן לאָיעו. ער איז גרייט געווען זיך ווארפן דעם באלעבאָס פאר די פיס, בעטן בא אים מעכילע, טאָמער איז ער, כאָ- לילע-וועכאס, באגאנגען א זינד קעגן אים -- דאָדיע איז שוין געווען געװווינט צו זען לאָיעװן אין קאס, אָבער אין אזא גרימצאָרן -- קיינמאָל נאָך ניט.
און װײַל דער באלעבאָס האָט זיך ניט געײַלט, האָט דאָדיע טאקע ניט אויסגעהאלטן און זיך א װאָרף געטאָן צו לאָיעװס פיס, װי איינער רעדט: ,טוט מיט מיר, װאָס איר װוילט, אבי מוטשעט ניט".
מיט די ברייטע לאנגפינגערדיקע הענט צעגלעט לאָיעוו נערװעז ביידע עקן פון דער באָרד און די ליפּן ציטערן פון צאָרן. לעסאָף טוט ער ביטלדיק א שאר מיטן רעכטן פוס איבערן דיל און זאָגט:
-- פע, הייב זיך אוף. װאָס שטייסטו אף די קני, װי פאר אן אָפּגאָט?
פּאמעלעך הייבט זיך דאָדיע אוף, און קימאט מיט א ויינענדיקער שטימע בעט ער:
-- רעב עלימיילעך, מיט װאָס האָב איך זיך אזוי פארזינדיקט?
-- מאכסט זיך טאמעוואטע, מאכסטו זיך...
-- איין גאָט ווייסט, אז איך בין ריין פאר אײַך, באלעבאָס, -- האָט ער געשטאמלט. -
-- ריין?! -- שפּרינגט אוף לאָיעוו פונעם אָרט. -- און װער מאכט עס הולקעס פאר.. פאר... -- ער פארהיקעט זיך פון אופרעגונג. גלײַך האָט ער אָבער זיך באהערשט און שוין מיט א רויִקער שטימע פאָרגעזעצט: -- פארװאָס האָב איך ניט געװוּסט, אז בא דיר איז אן אָרט, װוּ מײַן האָדעלע קאָן זיך טרעפן מיט... דו ווייסט מיט וועמען. פארװאָס האָב איך ניט געװוּסט, פרעג איך דיך?
אוואדע איז דאָדיען שווער געווען צו ענטפערן אף דער געשטעלטער פראגע. ער האָט גוט געװוּסט, אז װי ער זאָל זיך ניט פארענטפערן, װעט ער ניט צוטרעפן דעם באלעבאָס. איז בעסער שװײַגן. שטייט ער װי א פּריטשמעליעטער און קאָן צו-זיך ניט קומען
אפּאַנעם, לאָיעוו האָט פארשטאנען דעם עקאָנאָמס צושטאנד און דעריבער אים געהייסן גיין. ס'איז קענטיק געווען, אז דאָדיע האָט זיך דערפרייט דערמיט. בא דער שװעל האָט ער זיך פארהאלטן אוֹן מיט א צוגעלעגערט-דערשראָקענער שטימע דערװעגט זיך צו פרעגן;
-- װאָס זשע וועט זײַן, באלעבאָס?
-- גיי, אז איכל דיך דארפן, װעל איך נאָך דיר שיקן.
ווען דאָדיע איז פארבײַגעגאנגען די צימערן, האָט אים אָפּגעשטעלט ראָכל און געװאָלט בא אים זיך דערוויסן, װאָס איז אזוינס געשען. אָבער דאָדיע ווייסט גוט, וי זײַן באלעבאָס באציט זיך צו דער באלעבאָסטע, אז בא פיל אָנגעלעגנהײַטן, באזונדערס געשעפטלעכע, דול- דעט ער ניט, אז װײַבער זאָלן זיך ארײַנמישן. זאָגט אים אונטער דער סייכל-האיאָשער אזא ענטפער:
-- װאָס זשע, זיי האָבן אײַך נאָך ניט געזאָגט! װועלן זיי אײַך דערציילן, -- און אָנבײגנ- דיק דעם קאָפּ אף פאָרויס, איז דער עקאָנאָם ארויס פונעם הויז.
אין קיך האָט דאָדיען געפּאקט דער מעשאָרעס -- דאָס אױסגעפּוצטע באָכערל מיט די קורצע װאָנצעלעך -- און געװאָלט וויסן, פארװאָס איז עס דער באלעבאָס אזוי צעקאָכט. מאלקע די קעכנע האָט, נאטירלעך, אים אויך ניט געלאָזט פרײַ דורכגיין, אָבער בא דאָדיען איז וי אָפּגענומען געװאָרן דאָס לאָשן. מיט צעשפּרײטע הענט האָט ער זיך דורכגעשלאָגן א וועג און איז ארויס אין דרויסן.
אף דער פרישער לופט האָט דאָדיע געמוזט מיט שניי אָנרײַבן די שלייפן און דעם שטערן. ווען אים איז ליכטיקער געװאָרן אין די אויגן, האָט ער דערזען פאר זיך דעם קוטשער אנדריי מיט דער בײַטש אין דער האנט, װאָס איז גרייט געווען אוועקצוקנאקן ערגעץ.
-- װוּהין? -- פרעגט דאָדיע.
3--8 48
-- דאָ יעשוקיי, -- קערעוועט אויס דער קוטשער דעם קאָפּ צו דאָדיען.
אזוי גאָר... דער אלטער האָט, הייסט עס, געשיקט רופן דעם זון. ס'וועט זײַן פריילעך, ס'איז גאָר ניט קיין קאטאָוועסל. אײַ, װעט זיך דאָ טאָן!
אין שווערע מאכשאָוועס שפּאנט דאָדיע אוועק אהיים.
דאָס װײַב זײַנס, נעסיע, האָט בעשום-אויפן זיך ניט געקאָנט דערשלאָגן בא דאָדיען, װאָס איז אזוינס געשען. ער האָט בלויז א בורטשע געטאָן, אז די גריוון מיט די לעבערלעך האָבן פארשאט אָלגען מיט שאָלעמען. און װאָס װײַטער װעט זײַן, איז ניט פאר זײַן קאָפּ צו באנעמען,
אפן אנדערן טאָג איז די מומע טויבע אומגעריכט אװעקגעפאָרן. לאָיעוו אליין האָט זי באגלייט, נאָכגעגאנגען דעם שליטן ביז דעם טויער. באם געזעגענען זיך האָט די מומע נאָכא- מאָל זיך אָנגעבױגן צו זײַן אוער און, שעפּטשענדיק, אים עפּעס געזאָגט.
פארנאכט האָט מיט ראש צוגעקנאקט צום פּראָנטאָן פון לאָיעװס הויז דער שליטן און פון דאָרט איז אײַלנדיק אראָפּ יעשוע. אָנגעטאָן אין א פוטערנעם טולופּ, איז ער גלײַך ארײַן צום טאטן אין קאבינעט.
מיט אן אויסגעשטרעקטער האנט צום טאטן האָט דער זון א דערשראַקענער געפרעגט:
-- װאָס האָט געטראָפן?
דער אלטער לאַיעוו איז אָבער ניט פון די מענטשן, װאָס װעט גלײַך אפן אָרט אויסשיטן אלץ, װאָס ער האָט פארטראכט און צוגעטראכט. ער װײַזט אָן דעם זון אף א שטול, נעמט ניט געײַלט דאָס גלעקל אין דער האנט, טוט א קלונג און באפוילט דעם ארײַנגעקומענעם לאקיי ארײַנרופן די באלעבאָסטע.
א בלאסע בלײַבט ראָכל, װי א פרעמדע, שטיין אין דערווארטעניש אינמיטן קאבינעט. דער אלטער קוקט אף איר שטרענג פון אונטער די ברעמען, לייגט איר אפילע ניט פאָר זיך זעצן. יעשוע טראָגט איר אונטער א בענקל. צוזעצנדיק זיך, טוט זי מיט א װוּנק א פרעג בא יעשוען: װאָס טוט זיך עס דאָ? און יענער קנייטשט מיט די אקסלען: ער װייסט אויך גאָרניט.
דער אלטער איז דערװײַל פארטאָן אין זײַנע מאכשאָװעס און פּאַרעט זיך מיט דער ליול- קע. די צוויי קרעמעניעס, פון וועלכע ער האָט זיך געפּרוּוט ארויסבאקומען פײַער, האָבן זיך ארויסגעגליטשט פון זײַנע נערוועזע הענט, און ס'האָט געדויערט א לענגערע צײַט, ביז א פונק האָט געטראָפן אפן קנויט און גענומען טליען. לאָיעוו שטופּט ארײַן דעם קנויט אין דער ליולקע, פארציט טיפער דעם רויך און פארהוסט זיך.
: די פרוי קוקט אפן מאן מיט שטראָפנדיקע אויגן:
-- דאָס רייכערן איז דאָך פאר דיר סאם-האמאָוועס.
נאָר ער טוט זיך זײַנס. װי אפצולאַכעס, פארציט ער זיך אָפּטער, ארום אים וויקלען זיך קנוילן רויך -- גרויסע, געדיכטע, און סײַ ראָכלען, סײַ יעשוען װערט שוער צו אָטעמעף אָבער לאָיעװן גייט עס ניט אָן.
ער שׂטעלט זיך אוף, גייט צו צום פענצטער און פּראלט אוף די פאָרטקע.
ענדלעך האָט ראָכל ניט אויסגעהאלטן;
-- איך בעט דיך, מיילעך, װעסט נאָך לאנג ציִען דעם קליי פון די ביינער? -- האָט זי דרייסט געפרעגט.
לאָיעוו האָט שווער און ברויגעזלעך א קוק געטאָן אפן װײַב און פיבערדיק גענומען אויס- טרייסלען דעם אש פון דער ליולקע.
-- דו אײַלסט צום באן? -- פרעגט ער.
-- אָבער איך וויל וויסן, װאָס איז געשען?
-- געשען איז דאָס, װאָס דײַן מוטערס אויג איז ניט מעסוגל געווען צו באמערקן דאָס, װאָס מע דארף. געשען איז דאָס: -- דער אלטער קוקט אפן זון, -- װאָס דו האָסט ארלינגע- בראכט צו מיר אין שטוב דעם ביזאָיען. איר פארשטייט ניט? האָדעלע איז פארפירט געװאָרן פון דעם לערערוק, וועלכן כ'האָב, װי א שלאנג, אויסגעווארעמט אין מײַן הויז.
-- װאָס הייסט -- פארפירט געװאָרן? -- האָט די מוטער אויסגעגלאַצט די אױגן. -- וויי איז מיר, װאָס רעדסטו, מיילעך?!
-- שרעק זיך ניט, ס'האלט נאָך ניט אזוי װײַט, נאָר איך בין געווען בלינד. איך, דער אלטער נאר, האָב. נישט פארשטאנען, אז דאָס לערנען גראמאטיקע איז נאָר לעפּאָנעם.
די מוטער אוֹן יעשוע זײַנען געפּלעפט געװאָרן פון דער יעדיִע.
| 1 צו יעשוקען.
49
-- איצט פארשטייט איר שוין, פארװאָס יענער באָסלעװער כאָסן האָט געמוזט אװעקפאָרן מיט גאָרניט. אזא פערד, וי איך ביף און די װועלט האלט מיך נאָך פאר א כאָכעם.
פון ערגערניש האָט לאָיעװ זיך געביסן די ליפּן,
-- עפשער האָסטו א טאָעס? --- האָט ראָכל שטיל געזאָגט.
-- האלעװײַ װאָלט עס געװען א טאָעס. באלד װעל איך אײַך דערװײַזן.
ער האָט א קלונג געטאָן מיטן גלעקל און געהייסן ארײַנרופן די טאָכטער.
-- צו װאָס דארפסטו דאָס? -- האָט די מוטער זיך קיין אָרט ניט געקאָנט געפינען. -- שיַע, זאָג דעם טאטן, אז האָדעלע װעט האָבן יעסורים.
אָבער יעשוע װעט דעם טאטן ניט דערווידערן.
-- מע דארף, -- טײַנעט אײַנגעשפּארט דער אלטער. -- איך וויל הערן, װאָס זי אליין וועט זאָגן.
דער לאקיי האָט זיך אומגעקערט און, אין פארלױרנקײַט, מיטגעטיילט, אז די בארישניע איז ניטאָ בא זיך אין צימער.
-- פון אונטער דער ערד געפינען זי! -- האָט א דונער געטאָן לאָיעװס שטים.
גאנץ היפּש האָט געדויערט, ביז מ'האָט זיך דערווארט אף אָלגען. זי איז ארײַנגעקומען מיט ,א גוטן אָװונט* אף די ליפּן, כאָטש זי האָט גלײַך פארשטאנען, אז עפּעס דארף דאָ פאָרקומען: דער עקסטרע אראָפּגעבראכטער עלטערער ברודער אין א מיטװאָכעדיקן טאָג און די צונויפי קומעניש פון דער גאנצער מישפּאָכע האָבן זי גענומען שרעקן.
זײַענדיק אינערלעך צוגעגרייט צו אלץ, האָט אָלגע דרייסט געפרעגט:
-- צוליב װאָס האָט איר מיך גערופן?
-- דערצייל אונדז, טאָכטער, -- הייבט אָן קלוימערשט מילד דער פאָטער, -- פארװאָס האָסטו דעמלט זיך אָפּגעזאָגט פונעם שידעך מיטן באַסלעװער יונגערמאן?
-- ס'איז מיר ניט געפעלן...
-- דו האָסט דאָך אים ניט געזען אין די אויגן, װי זשע קאָנסטו אזוי זאָגן? -- מישט זיך ארײַן דער ברודער.
-- איך זאָג, ס'איז מיר ניט געפעלן דאָס, װאָס מ'האָט מיך געװאָלט פארשאדכענען, -- דערקלערט אָלגע.
-- ווילסט זיך אליין פארשאדכענען? -- ווערט בייז דער פאָטער.
אָלגע ענטפערט ניט.
-- זאָג מיר, -- לאָיעוו װוערט נאָך מער אופגערעגט, -- װאָס פאר א שמעלקע ביסטו מיטן לערער שאָלעם ראבינאָוויטש?
אָלגע שװײַגט. איר פּאָנעם צעפלאמט זיך אלץ שטארקער און שטארקער.
אין דער אָנגעשטרענגטער שטילקײַט האָט, װי א דונער, זיך דערהערט דעם טאטנס קלאפּ מיטן פויסט איבערן טיש.
-- שװײַגסט, האָסט ניט מיט װאָס צו פארענטפערן זיך! -- שרײַט אויס לאָיעו.
-- איך האָב אים ליב! -- טוט פעסט א קלונג איר שטים.
-- אוי! -- רײַסט זיך ארויס פון דער מאמעס ברוסט.
-- אָט דאָס האָב איך געװאָלט הערן פון דיר אליין, -- טוט דער פאָטער א שװערן זיפץ, אופשטייענדיק. -- איצט קאָנסטו גיין, מער דארף איך דיך דאָ ניט האָבן
דאָס מיידל איז ארויס פונעם צימער, נאָר דער פאמיליען-ראט איז פאָרגעזעצט געװאָרן. אייגנטלעך, גערעדט האָט בלויז דער פאָטער:
-- פּאקעוועט צונויף אלץ, װאָס קאָן זײַן נייטיק, מאָרגן אינדערפרי װועלן מיר זי אוועק- פירן... אלע װועלן -מיר אװעקפאָרן אף א שטיקל צײַט, איך ווייס נאָך אליין ניט װוּהין. און דעם דאָזיקן מאסקיל מיט דער קודלע האָר װעל איך געבן דעם וועג פונדאנען. ער װעט אפילע ניט וויסן, װוּהין זי איז אהינגעקומען. אזא אזעס, א כארפּע פאר מענטשן, פאר אונדז אלעמען, אזא כאָסן!
נאָך א קורצער פּאוזע זאָגט לאָיעוו מיט א מער געשטילטן טאָן:
-- און דו, יעשוע, גיב אכטונג אפן קינד. די גאנצע נאכט זאָלסטו זי האלטן אין אויג. זאָל מען דײַן געלעגער שטעלן לעם איר צימער.. פארשטייסט מיך, װאָס איך רעד צו דיר?
-- כ'פארשטיי, טאטע.
-- יאָ, יאָ, -- דערפרייט זיך די מוטער, -- איין באסיעכידקעלע, איין אויג אין קאָפּ..
שפּעטער מיט עטלעכע שאָ, ווען די שטילקײַט האָט געגליווערט אין הויז און ארום הויז, איז לאיעוו, א האלב-אויסגעטאָנענער, ארויס פונעם שלאָפּצימער און עטלעכע מאָל זיך דורכ-
90
געדרייט לעם אָלגעס טיר. בלויז יעשוע האָט אים באמערקט. ער האָט אונטערגעהויבן דעם קאָפּ פון דער קישן און אופמערקזאם אים נאָכגעקוקט.
אף מאָרגן גאנצפרי, נאָך ביזן אָנבײַסן -- ס'איז נאָך געווען בלאָװלעך אין דרויסן, זײַנען אין אָלגעס צימער געזעסן אלע דרי -- דער אלטער לאָיעוו, די מוטער און יעשוע. זיי האָבן אײַנגעטײַנעט מיט אָלגען, געבעטן מיט גוטן זיך צוהערן צו זייערע רייד. זי האָט געשויגן, בלויז שטיל געכליפּעט. קימאט מיט גוואלד האָט מען געצװוּנגען אָלגען מיטגיין. זי איז װי ארײַנגעפאלן אין גרויסן שליטן, און מע האָט זי אוועקגעפירט פון סאָפלעווקע.
ווען שאָלעם איז, וי געוויינלעך, אופגעשטאנען און ארויס אין קיך זיך וואשן, האָט מאל- קע גלײַך אים געגעבן אָנצוהערן, אז עפּעס איז באנאכט געשען. װאָס איז געשען, האָט שאָלעם בא איר זיך ניט געקאָנט דערוויסן. ,װועסט אליין זיך דערוויסן", -- האָט זי געענטפערט. און װײַטער געטאָן איר ארבעט.
שאָלעם האָט דערפילט עפּעס א מאָדנע שטילקײַט און פּוסטקײַט אין די צימערן. די מענטשן האָבן זיך װי אויסבאהאלטן פון אים. אין עסצימער איז דער טיש ניט געדעקט, וי שטענדיק. װוּ איז לאָיעװ? װוּ איז ראַכל? אן אומרויקער, דערלויבט עֶר זיך צוגיין --- ער טוט עס קיינמאָל ניט -- צו אָלגעס טיר, ער קלאפּט אָן. אָבער קיינער האָט זיך ניט אָפּגע- רופן. ערשט איצט האָט דער לערער גענומען צושטיין צו די שטוב-מענטשן -- צו מאלקע דער קעכנע, צום מעשאָרעס מיט די װאָנצעלעך, צום לאקיי, און אז ער האָט זיך גאַרנישט ניט דערשלאָגן בא זיי, האָט ער געכאפּט דעם מאנטל אף די אקסלען און איז ארויס אין הויף.
דערזען דאָרט דעם קליינעם טאראסיק, האָט שאָלעם געמיינט, אז דאָס ייַנגעלע איז גע- קומען, װי שטענדיק, אפן לימעד צו אָלגען. טאראסיק לאָזט זיך פרײַנטלעך צו שאָלעמען, קוקט זיך ארום און זאָגט, שעפּטשענדיק:
-- דאָבראדי ווטשיטעליו, איך האָב געזען, װי אין שליטן איז געפאָרן די בארישניע..- - און דאָס ייַנגל דערציילט, וועמען ער האָט געזען אפן שליאך. ער האָט אויסגעמאָלט אף זײַן קינדערשן אויפן, וי ס'האָבן אויסגעזען די פּארשוינען אין שליטן.
שאָלעם כאפּט ארום טאראסיקן, דריקט אים צו זיך. דאָס ייַנגעלע קוקט אים אין די אויגן און זאָגט קינדערש-צוגעלאָזט:
-- ווסע בודע האָראזד, יעי באָגו. ו
שאָלעם רײַסט זיך אָפּ פון טאראסיקן און לאָזט זיך מיט אײַלנדיקע טריט צום עקאָנאָמס שטוב. דער שטענדיק מילדער דאָדיע האָט איצט געשויגן, װי אָנגענומען א פול מויל מיט וואסער. מיט פּאכעד אין די אויגן האָט ער געקוקט צו זײַן פּלױנעסטע -- דערציילן דעם לע- רער, צי ניט.
-- פרעג בעסער ניט, -- בעט זיך דאָדיעס װײַב. -- ער איז נישט געשלאָפן די גאנצע נאכט, נאָר געקרעכצט. איר ווייסט, וי מיר האָבן אײַך ליב, נאָר איר װעט דאָך ניט װעלן, מיר זאָלן געבראָכן ווערן פון פּארנאָסע.
שװײַגנדיק האָט דאָדיע ארופגעצויגן אף זיך דעם פּעלץ, פרײַנטלעך אַנגענומען שאָלעמען בא דער האנט און אים ארויסגעפירט.
דעם גאנצן וועג ביז לאָיעווס הויף האָבן זיי צווישן זיך ניט אויסגערעדט קיין איין װאָרט.
ווען שאָלעם איז װידער ארײַנגעקומען אין עסצימער, האָט ער איצט שוין געטראָפן אפן טיש א קאָנװוערט, װוּ ס'איז געווען אָנגעשריבן זײַן נאָמען און פאמיליע. ס'האָט אים פאר- קלעמט אין הארצן. עפשער עפּעס א דערקלערונג. אָבער ניין. פונעם קאָנװוערט זײַנען ארויסגע- פאלן עטלעכע אסיגנאציעס -- די שטענדיקע סכירעס זײַנע. אָט איז זי, די פאראכטונגספולע גרינגשעצונג מיצאד דעם פּאָרעץ -- מע האלט אים אפילע ניט פאר קיין מענטשן. דאָס געלט בריט אים די הענט. צוגעװאָרפן אים די גראָשנס, און גיי, פארנעם זיך פונדאנען!
שאָלעם האָט אפגיך ארײַנגעשטופּט דאָס געלט אין קעשענע און מיט טרויער אין די אויגן געקוקט אף די װענט, אפן מעבל -- אלץ איז מיטאמאָל פרעמד געװאָרן. ער האָט דערפילט א פּלעטנדיקע עלנטקײַט. אפילע די מענטשן אין הויז באהאלטן זיך אויס פון אים..
פּלוצעם דערזעט ער דאָזײען און טוט זיך א לאָז צו אים, נאָר יענער װוינקט שאָלעמען, ער זאָל אים נאָכגײן. אין דרויסן איז פון דער שטאל אנטקעגן געקומען אנדריי דעם קוטשערס געהילף -- א יונג באַכערל מיט א היפּשער קוטשמע האָר אפן שטערן. דער יונג שפּאנט אײַ- ליק א פערד אין שליטן, אין וועלכן עס ליגט שוין אָנגעגרײט א נײַע באראניצע אף צודעקן די פיס. ער הייסט שאָלעמען ארײַנקריכן. שאָלעם איז אוועק צו זיך אין צימער צונויפנעמען זײַנע עטלעכע ביכער און די פאפּירן -- באשריבענע און ריינע. ער האָט געװאָלט זיך געזע-
: אלץ ועט זײַן גוט, װי גאָט איז ליב (אוקראיניש).
1
גענען מיט די הויף-לײַט, נאָר קיינער איז ניט געווען. לעם שליטן איז געשטאנען טאראסיק. אים האָט שאָלעם הייס צוגעדריקט צו דער ברוסט און זיך צעקושט מיט אים.
דאָדיע איז געשטאנען אין א זײַט, ארומגעקוקט זיך צום ארענדארס הויז. ער האָט שוין אָנגעהױבן זיך אָפּרוקן מיט א זײַט, נאָר דאָך ניט אויסגעהאלטן, מיטאמאַל זיך א ריס געטאָן און דערלאנגט שאָלעמען די האנט:
-- פאָר געזונט און נעם זיך ניט צום הארצן, -- האָט ער א זאָג געטאָן און אפגיך גע- לאָזט זיך גיין מיטן פעלד צו זײַן שטוב.
דער קוטשער האָט א טרײַב געטאָן דאָס פערד, װאָס איז אוועק איבער דעם אויסגעפאָ- רענעם טראקט.
--- װוּהין פירסטו מיך, סטיאָפּע?
-- צום באן. אזוי האָט מען געהייסן.
-- פיר מיך פריִער צום פּאַטשטמײסטער.
דער באָכער האלט אײַן עטװאָס דאָס פערד, װאָס טוט דערבײַ א הירזשע, און קערעוװועט זיך אויס מיטן פּאָנעם צו שאָלעמען:
-- צו מאלינאָווסקין?
-- יאָ, סטיאָפּושקע.
-- מע טאָר ניט, -- דרייט דער קוטשער מיטן קאָפּ. -- כ'האָב דאָך שוין געזאָגט, ס'איז באפוילן אײַך אָפּפירן צום באן און שוין.
-- טאָ לאָז מיך אראָפּ און פאָר דיר צוריק געזונטערהייט.
דער קוטשער דרייט ווידער מיטן קאָפּ: ער קאָן ניט, ער טאָר ניט. און שמײַסט שטארקער דאָס פערדל.
שאָלעם קוקט זיך אײַן אין דער פארפרוירענער װײַט -- אזא האָפענונגסלאָזע און גלײַכ- גילטיקע, וי זײַן אומעט. א שרעקעוודיקע פּוסטקײַט און עלנטקײַט איז אױסגעגאָסן ארום און ארום. אָנגענומען זיך מיט הארץ, טוט שאָלעם א שלעפּ דעם קוטשער באם ארבל.
-- שטיי! -- האָט שאָלעם אנטשלאָסן אויסגעשריגן.
אראָפּגעװאָרפן די באראניצע פון די פיס, קריכט ער ארויס פונעם שליטן.
-- פארקערעווע צוריק קיין סאָפּיַעווקע... -- שאָלעם נעמט אָן דאָס פערדל באם צײַמל און קערעוועט עס אויס אף צוריק. ער זעצט זיך ארײַן אין שליטן און הייסט דעם קוטשער אָנטרײַבן. נאָר יענער רירט זיך ניט פונעם אָרט, ער רעדט מיט א דערשלאָגענער שטים:
-- ווען איר, פּאניטש, זאָלט געווען צוזען, װי דער באלעבאָס האָט זיך געבייזערט, װאָלט איר צו מיר קיין טײַנעס ניט געהאט.
-- איך וויל פון גאָרנישט ניט וויסן. אָדער פיר מיך צום פּאַטשטמײסטער, אַדער צוריק קיין סאָפיִעווקע.
דער קוטשער האָט אָפּגעזיפצט, געקוקט אפן פערדל, פון וועלכן ס'האָט געזעצט א פּארע, זיך געקראצט די פּאָטיליצע, נאָך א ביסל געקלערט, דערנאָך א שמײַס געטאָן דאָס פערדל, און דער שליטן האָט גערירט פון אָרט.
און אָט איז שוין פאר שאָלעמס אויגן דעם פּאַטשטמײסטערס באקאנט גאנעקל.
-- קאָנסט פאָרן, -- זאָגט שאָלעם צום קוטשער, ארויסקריכנדיק פונעם שליטן מיטן פּעקעלע אונטער דער האנט.
פון דער אופגעעפנטער טיר שטעלט זיך ארויס א פארשלאָפן-אופגעבלאָזן פּאָנעם מיט קליינע אייגעלעך און א היפּשער נאָז. דערזען שאָלעמען, טוט דאָס פּאָנעם א שמייכל, אויך די שיטערע און האלב-אויסגעפוילטע ציין האָבן זיך צעשמייכלט.
-- אָ, פּאני ראבינאָוויטש, א בריוו ווארט אף אײַך.
,עפשער פון אָלגען?", -- לויפט דורך א געדאנק.
דאָס איז אָבער געווען א. בריוו פון זײַן פאָטער פון פּערעיאסלאון. שאָלעמען איז געווען אזוי אָנגעזאָלעט אפן הארצן, אז אפילע דעם טאטנס בריוו, װאָס האָט שטענדיק אים געפרייט, איז בא אים איצט געווען ניט אָנגעלײַגט. דער פאָטער האָט. זיך. נאָכגעפרעגט, ווען קלערט ער קומען אהיים צו זען זיך מיט די אייגענע. .
באהאלטן דעם פאָטערס בריוו אין קעשענע, האָט שאַלעם ארויסגענומען דעם קאָנװערט מיט די אסיגנאציעס, װאָס ער האָט הײַנט באקומען פאר זײַן ארבעט, און ארײַנגעלייגט מא- לינאָווסקין אין דער האנט מיט די װערטער;
-- געראסים איוואנאָוויטש, מיך האָט געטראָפן אן אומגליק.. און איר...
מאלינאָווסקי סטארטשעט אויס זײַנע קליינע אייגעלעך און צענעמט ברייט די נאָזלעכער.
92
-- אן אומגליק?! -- שלאָגט ער איבער שאָלעמען. -- איך בין גרייט אײַך העלפן, פּאני ראבינאָוויטש.
-- איך בין טאקע געקומען צו אײַך נאָך הילף, געראסים איוואנאָוויטש. נאָר איר איינער קאָנט מיר העלפן.
-- איך בין גרייט, -- שטאמלט ער, ציילנדיק דערבײַ די אסיגנאציעס מיט זײַנע פּוכקע פינגער. -- יאָ, יאָ, װאָס זשע פארלאנגט איר פון מיר?
בלויז איין קלײניקײַט האָט שאָלעם פארלאנגט: אז מאלינאָווסקי װעט באקומען א בריוו פון אים, פון שאָלעמען, צו אָלגע לאָיעװע, זאָל ער פּערזענלעך איבערגעבן דעם דאָזיקן בריוו איר אליין אין די הענט ארײַן, נאָר איר פּערזענלעך אין די הענט!
געראסים איוואנאָװיטש האָט זייער גוט פארשטאנען, װאָס דער סאָפּיעווקער לערער וויל פון אים. װי גאָט איז הײיליק, װעט ער שאָלעמס ביטע אויספילן. און מאלינאָווסקי האָט גענו- מען זיך שווערן.
-- מע דארף ניט קיין שװוּעס, געראסים איוואנאָװיטש, איך וויל בלויז אײַער פרײַנטלעכן צוזאָג.
זי האָבן געדריקט די הענט איינער דעם צווייטן, און שאָלעם ראבינאָוויטש איז ארויס אין דרויסן.
וי איבעראשט איז געווען שאָלעם, וען ער האָט דערזען דעם קוטשער סטיאָפּע ווארטן אף די קאָזלעס.
-- סטיאָפּע, דרוזשאָק, ביסט אן עמעסער פּרײַנט! -- איז שאָלעם געווען גערירט.
-- זעצט זיך, הער לערער, מיר װעלן נאָך באצײַטנס אַנקומען צום צוג.
סטעפּאן האָט געהאָלפן שאָלעמען אײַנדעקן די פיס מיט דער באראניצע און א טרײַב געטאָן דאָס פערד.
(פאָרזעצונג קומט)
3
אװראָם גאָנטאר
4
דער גוטער שמיינל
אויב מעקאנע זיין
מע קאַן מעקאנע זײַן --
דעם ווינט דעם אומגעצוימטן, װאָס האָט קיין היים,
קיין װאָרצלען און קיין נעסט, װאָס אומעטום איז ער אין געסט, אין רוישנדיקן וואלד,
אין יאם צעשוימטן.
מע קאָן מעקאנע זײַן -- דעם פויגל אין זײַן פלי, דער כמארע אין די הימל-טיפן, די פלאטערלעך, װאָס זאָרגלאָז שטיפן, צי גאָר דער מורעשקע פאר אײַנגעשפּארטער מי.
מעקאנע זײַן
איך װאָלט מיסטאם געקענט דעם שארפן זין, די קלוגע הענט, װאָס דיכטן אויס,
באשאפן דאָס געגארטע, -- מעקאנע קאָן מען זײַן די אײַנגעשפּארטע.
נאָר אויב מעקאנע זײַן, איז זײַט מעקאנע מיר! א צוגעשמידטער שטיי איך בא דער טיר און ווארט אף דעם געצאָק פון דינע קנאפל, איך װעל דערהערן זי -- און מער קיין זאך ניט דארפן.
מעקוּיעם װעלן וערן אלע טרוימען, פּונקט, וי דעם ווינט,
װעט קיינער מיך ניט צוימען, פּונקט, וי דער פויגל
אין די הייכן װעל איך פליִען און װוי די מורעשקע
זיך מיִען, מיִען. און װוי דער כאָכעם, כ'וועל צו אלץ דערגרייכן --
נאָר פרי'ר באדארף איך אים, דײַן גוטן שמייכל.
אזא איז דער סייכל
באנאכט, אין דער טיף פונעם וואלד עס כאפּט מיך א צװײַג פאר די פּאָלעס, מיט גוואלד, מיט געלעכטער באפאלט, מיט געשריי און מיט קלאָלעס.
איך לאך,
כאָטש פון בלאָנדזשען כ'בין מיד, פון מידקײַט זיך קלעפּן די אויגן, נאָר ס'פּלאָנטערט אין קאָפּ זיך א ליד, א ליד --
ניט געשטויגן-געפלויגן:
פון שיידים, גאזלאָנים מיט העק, װאָס טיף אין דער כאשכעס פארפירן. איך לאך, װײַל איעטווידער שטעג זיך שלענגלט צו היימישע טירן.
װוּהין כ'זאָל ניט קומען צו גיין, כ'וועל טרעפן א ווארעמען שמייכל.
א מענטש װעט א מענטשן פארשטיין -- אזא איז דער סייכל.
ווען וויוגעס הוליען
אין פלאם פון קעלט, דאָס בלוט עס רינט אין קלאנג פון וויוגעס פון קאלטע ווּנדן. איז בייז די וועלט,
יֹ יֹ : איז בייז און קלוג איז, די װיוגע לאכט
די שטערן שטעכן. אין װאָלקן-ברעג און מיר עס דאכט, זיך שלײַפט דער מוילעד. די ווענט זיך ברעכן. אין א געשלעג
האָט ער געקוילעט ניטאָ פון קעלט
װווּהין זיך טוליען. א שאָף, א רינד ס'איז בייז די וועלט, אף שטיק צעשונדן ווען וויוגעס הוליען.
קינדער דארפן רויִק שלאַפן
מיר האָט געכאָלעמט זיך -- א קינד אין פעלד, -- א קינד אין שניי, אז וויי צו מײַנע יאָרן! פּונקט וי מײַן אייניקל --
אין װײַסער שנײיַקײַט מיט שרעקעוודיקע אויגן. 019 ק
הילכט דורך א שאָס,
אין װײַסער פראָסטיקײַט מיר דוכט זיך אויס; א גרוליקער געשריי דער הימל פאלט אנידער. פון װײַטן איז צו מיר דערפלויגן. איך לויף און ווייס גאָרניט פארװאָס עס לויפט און שרײַט, אן איימע האָט פארקאָוועט מײַנע גלידער. עס ציטערט אזש די לופט, מיר האָט געכאָלעמט זיך -- דאָס בלוט אונטער דער הויט א קינדערשער געשריי. איז קאלט געװאָרן; ניט בלויז אין כאָלעם -- זײידע! איז אזוינס פארלאָפן... זיידע! -- קינדער דארפן שפּילן זיך אין שניי, הער איך, װוי ער רופט... קינדער דארף מען לאָזן רויַק שלאָפן.
ווען ס'וויינט א מאמע
ווען ס'וויינט א מאמע, ווען ס'וויינט א מאמע, ווערן קינדער אלט, וועלקט דאָס ברויט אין פעלד און אלע, און שטערן אלע זײַנען שולדיק. אינעם הימל טונקלער װערן. סײַ דער, װאָס אין דער האנט די שװוערד עס ווען ס'וויינט א מאמע, האלט, וויינט די גאנצע וועלט
סײַ דער, און דורכגעװייקט עס ווערט
װאָס קוקט עס צו געדולדיק. די ערד פון טרערן.
אויך מיך ניט פארגעסן
דער פראָסט איז באפאלן די קרוין פונעם דעמב, די ריטשקע פארגלאָזט װאָס שטייט בא דער שװעל, װי א היטער, און אנטלאָפן צום באָר,
געקומען צו פליִען מיט ראש געהוילט און געהוליעט מעסלעסן. פון דער פרעמד, און מיך האָט דער קײַסן געכאפּט פאר די האָר -- פון קעלט א צעגליטער. אויך מיך ניט פארגעסן.
פס
באגעגעניש
דער אָסיען איז שוין אויך אוועק
און מיך געלאָזט אהינטער.
און ערגעץ דאָ, ניט װײַט אין וועג, עס שפּאנט א נײַער ווינטער.
שוין טיר-און-פענצטער צוגעשפּארט -- כ'בין גרייט אים צו באגעגענען.
און אין דער ערשטער נײַיאָרינאכט מיט אלדאָס שלעכטס זיך זעגענען.
מיט אלדאָס בייז, מיט אלע שלעק זיך זעגענען, זיך שיידן.
און נאָר די גוטע, ליבע טעג דערמאָנען כ'וועל אין פריידן.
געלויבט זאָל זײַן דאָס נײַע יאָר, די הײיליקײַט פון גלויבן.
כאָטש שניייק ווערן מײַנע האָר און קנייטשן בא די אויגן.
די אומבאגרײַפלעכע נעשאָמע
אין טונקלער שטרענגקײַט פון דער נאכט, אינצווייען מיטן שטומען שאָטן, ווען אלץ ארום איז אומדערווארט און קיין שום זאך איז ניט פארבאָטן, ווען ס'קוקט ניט קיינער
נאָך דײַן טראָט, כוץ דער פארנעפּלטער לעװאָנע, ווען ס'איז דער ריכטער
און דער גאָט די אומבאגרײַפלעכע נעשאָמע, -- דאן ווערט דער אומרו באלעבאָס און ס'ציִען זיך צונויף די ברעמען, און עפּעס קלעמט דיך א פארדראָס, אז ניט צערײַסן װעסט די קלעמען.
און פרעג פארװאָס, און פרעג פארווען! װאָס האָט פּאסירט, װאָס האָט געטראָפן? עס איז דאָך גאָרנישט ניט געשען, עס איז דאָך גאָרנישט ניט פארלאָפן!. דאָס הארבע װאָרט, װאָס, ניט באטראכט, דײַן בעסטן פרײַנט האָסט הײַנט געװאָרפן, פּונקט, װוי דער שאָטן, אײַנגעשפּארט עס גייט דיר נאָך און לאָזט ניט שלאָפן.
אַן סאקאַנעס
אמאָל האָב איך געמיינט,
ס'איז אלצדינג פּראָסט:
דער בארג -- אין הייך,
דער טאָל -- אין נידער.
די לערע האָט א לעבן מיך געקאָסט-- כאָטש הייב אָן ווידער.
אמאָל האָב איך געמיינט, ס'איז אלץ געװוענדט אין מיר -- אין ווילן, אין אקשאָנעס. עס לאָזט זיך אָבער אויס,
כ'פארליר אלץ און פארליר -- נאָר אָן סאקאָנעס!
אמאָל האָב איך געמיינט...
און כ'מיין אצינדער אויך,
נאָר אף מײַן טאָעס
כ'האָב ניט קיין פאריבל.
אזוי װעל איך זיך טויע זײַן שוין ביזן לעצטן הויך -- װײַזט אויס, א טאָעס
קאָן מען אויכעט ליבן.
איך ווייס דאָס בעסער
דורך שטילע סטעזשקעלעך צו פרעמדע טירן
האָט די לעװאָנע מיך געװאָלט פארפירן.
איך האָב געשמייכלט: -- דו נאריש פּאָנעם, ביסט אויווער-באָטל
שוין לאנג, אפּאָנעם.
עס האלט ניט וואזשנע מיט דײַן זיקאָרן,
6
דו האָסט פארגעסן אין מײַנע יאָרן..
נאָר די לעװאָנע
האָט אירס אין זינען: -- דו ביסט אן אקשן, נאָר לאָז זיך דינען.
איך ווייס דאַך בעסער, װאָס יאָרן הייסן.
און דײַן פארלאנג
מיר ביידע ווייסן..
דײַן געלעכטער
אין דעם געווירבל נאָך דײַן געלעכטער פון היץ און פראָסט, איך האָב געבענקט, האָט דײַן געלעכטער געװאָלט פארגעסן, מיך ניט פארלאָזט. נאָר דאָך געדענקט. אמאָל געצערטלט, עס האָט געקלונגען אמאָל געשפּאָט, | און מיך פארבלענדט, און װי א שאָטן פון דײַן געלעכטער באגלייט מײַן טראָט. איז אלץ געווענדט. באם יאם
דעם גאנצן זומער װווין איך בא דעם יאם,
אין וואלד-שטיבל, װאָס שטייט באם ברעג דעם פלאכן. איצט ווייס איך, אז די כוואליעס וויינען, לאכן,
און מיך זיי קענען אויך שוין מינאסטאם.
איך קום צו זיי פארטאָג און שווענק אין זיי די פיס, זיי כאפּן מיך ארום, די פלינקע שטיפער.
און איך א שרעטעלע אין לאפּעס פון א ריז,
איך לויף אנטקעגן זיי אלץ װײַטער, טיפער.
נאָר ס'טרעפט אמאָל, אז מיך באפאלט א שרעק-- אָט װעט דער ריז מיך באלד פארשלינגען.
וי װײַט, וי פּוסט עס איז דער רעטונגס-ברעג!
אָט שליסן זיך צונויף די כוואליע-רינגען..
און דעמלט בלײַב איך ליגן אף דער װעל,
זי כאפּט מיך אֶף איר שויס און נעמט מיך ויגן. די מעוועס לאכן אינעם הימליהעל,
און איך דערהער פון יאם דעם גוטן ניגן
זיי קענען מיך, די כוואליעס, מינאסטאם, זי ווייסן, אז איך װעל זיך מער ניט שרעקן. דו הערסט דעם רויש?
דאָס רופט דער יאם -- ער איז געקומען פונעם שלאָף מיך װועקן.
/!
פון שפּיטאָל-הױף איז ארויסגעגאנגען א סאָלדאט. ער האָט געשפּאנט לאנגזאם, זיך ארומגעקוקט, פּונקט װי ער װאָלט ניט געקענט בא זיך פּױעלן, צי זאָל ער פארקערעווען אף רעכטס, צי נעמען זיך לינקס. דער וינט האָט געשמיסן אין פּאָנעם, געריסן פון אים דעם אָפּגעסמאליעטן שינעל, גענישטערט אין דער נידער, טרײַבנדיק דעם גרײַפּלענדיקן שניי ארום די אָנגעװעקסלטע סאָלדאטסקע שיך. און װעדליק די הויכע קרעפטיקע פיס, שטײַף ארומגעוויקלט מיט אָבמאָטקעס, האָבן זיך גענומען אונטערבייגן, איז קענטיק געוען, אז דער דאָזיקער סאָלדאט האָט זיך אָפּגעװױנט פון אזעלכע וועטערן
פּלוצעם איז ער שטיין געבליבן, מיט ביידע הענט אָנגענומען די קובאנקע, װאָס איז געזעסן אף א זײַט, זי א צי געטאָן אף אראָפּ, װי ער װאָלט װעלן דאָס קײַלעכדיקע היטעלע אראָפּציען איבער די אויערן. נאָכדעם האָט ער אופגעהויבן דעם קאָלנער פונעם שינעל, א טרייסל געטאָן מיט די אקסל, קעדיי בעסער אײַנמאָסטען דעם ניט גאָר שווערן רוקזאק אף די פּלײצעס. איבערגעשפּרונגען איבערן שמאָלן ראָוו, האָט דער סאָלדאט פארקערעװװועט אף רעכטס און מיטן טראקט גענומען האסטיק שפּאנען דעם ווינט אנטקעגן.
מיט א צײַט צוריק איז אין דער געבײַדע פונעם צװײישטאָקיקן שפּיטאָל געװען א שול. בייס די האפסאָקעס איז אין שול-הויף געווען ראשיק און טומלדיק. דער געפּילדער האָט זיך געטראָגן איבערן גאנצן ייִשעוו. אַיצט איז ארום-און-ארום שטיל, נאָרװאָס האָט אָנגע- הויבן טאָגן, און פון יענער זײַט טײַך, אינעם טונקעלן וואלד, האָבן װי ארומגעבלאָנדזשעט שאָטנס פון דער אָפּטרעטנדיקער נאכט.
א קוק טאָן אפן װוּקסיקן מיליטערמאן, װאָס שפּאנט אף זײַנע אייגענע פיס און פאר- מאָגט א פּאַר גאנצע הענט, האָט מען געקאָנט מיינען, אז ער איז א צײַט געװען אין אור- לויב, איצט אײַלט ער צוריק אין זײַן טייל, װאָס געפינט זיך אפן פראָנט. נאָר אינדערעמעסן האָט דער דאָזיקער סאָלדאט מיט דער מילכאָמע געהאט פארענדיקט. די היים זײַנע, א שטעטל אף אוקראינע, איז איצט בא די דײַטשן אין די הענט, דאָרטן האָט דער סאָלדאט, װאָס הייסט שימען, איבערגעלאָזט א מוטער און זייער א שיין מיידל-- מע קאָן זאָגן, א קאלע. מאכמעס וען ניט די מילכאָמע, װאַלטן זיי שוין ביז אהער געװיס אָפּגעשפּילט די כאסענע.
98
אין שפּיטאָל האָט מען געהאלטן אין איין געבן אייצעס: איינער האָט שימענען געראטן, ער זאָל אומבאדינגט פאָרן װאָס נעענטער צום פראַנט; א צווייטער האָט געפונען, אז בעסער פון אלץ איז בלײַבן דאַ אין ייִשעוו, אָפּווכן א סאַלדאטקע מיט א ווארעמער שטוב און טאקע מיט א בעהיימע אין שטאל, -- װעט פאָרט זײַן גרינגער איבערווארטן, ביז די מילכאָמע וועט זיך ענדיקן. און דער אוזבעק אללעוו האָט אײַנגערעדט שימענען, ער זאָל זיך אוועק- לאָזן קיין נאמאנגאן, דאָרט איז קיין ווינטער ניטאָ, ווארעם א מעכײַע. אליעוו האָט אָנגע- שריבן א בריוו צו זײַן פאָטער, װאָס איז ניט װײַט פון נאמאנגאן ---א פאַרזיצער פון קאָל- ווירט. שימען האָט דעם בריוו גענומען -- ווער ווייסט, עפשער װעט ער צוניץ קומען. שפּאנט ער איצט איבערן קאָלװירט-הויף, מע האָט געזאָגט, אז פון דאָרט גייען פורלעך אף דער נאפט"באזע און פון דער נאפט-באזע אין מיט דער האנט צו דערלאנגען צו דער סטאנציע. ס'איז גוט צו ריידן פאָרן מיט פורלעך, אז די ערד איז איבערגעפרוירן! ווען עס זאָל כאָטש זײַן א שליטוועגס. אָבער זיך טרייסלען אפן װאָגן איבער די הרודעס, װאָס סטארטשען וי שטיינער און זײַנען װי באזאלצן מיט גרויער זאלץ? ניט װילנדיק האָט שימען זיך דערמאַנט אין זײַן קראנקן קאָפּ, װאָס קאָן ניט לײַדן קיין טומל, און דאָס פאָרן אֹף די פורלעך ליגט אים גוט אין טאם. ער געדענקט אדהײַעם, וי מע האָט אים דאָ אף דער סטאנציע ארויס- געטראָגן פון וואגאָן, אנידערגעלייגט אֹף א װאָגן, װאָס איז געווען אויסגעבעט מיט היי. מע האָט געפּרוּװוט לעבן אים אײַנאַרדענען נאָך א פארװוּנדעטן, האָט פאר יענעם קיין אָרט ניט געסטײַעט. איינע, װײַזט אס א סאניטארקע, װאָס איז א צעטראָגענע ארומגעלאָפן צווישן די פורלעך, האָט זיך נאָכאמאָל אָפּגעשטעלט לעם װאָגן, װוּ שימען איז געלעגן. ער האָט ניט פארשטאנען, צוליב װאָס האָט זי אינמיטן זומער אפן װײַסן כאלאט אָנגעפּרענדעט א וואטנעם לײַבעק, עפּעס האָט ער מיט אלע כושים געפילט, אז די דאָזיקע סאניטארקע איז מיט אים ניט צופרידן. ,צעלייגט זיך מיט זײַנע לאנגע פיס", ,א ייִנגעלע פארגינט זיך פארלאָזן אזא געזונטע פּלײיצע" --האָט זי געבורטשעט און, באטראכטנדיק זײַנע אָפענע אויגן, ניט מיט קיין פריילעך ניגנדל אויסגעזונגען:
-- ביסט א מייוון, א ציגאנסקי באראָן האָט זיך דאָ געפונען.
דאָס איז זי, מינאסטאמע, געווען אויסער-זיך, װאָס זי האָט באדארפט אפן טראָגבעטל שלעפּן אזא שווערן בארג, װי ער, שימען, איז. נאַר שימען האָט זיך געמאכט ניט וויסנדיק. ער האָט מיט האנאָע געשמעקט דאָס פרישע היי. די לופט איז געווען כאָטש נעם און טרינק זי. ער האָט געמיינט, אז אין דרויסן װעט ער פעסט אנשלאָפן ווערן, ביפראט נאָך, װאָס די לעצטע נעכט האָט ער אינעם דושנעם סאניטאר-ואגאָן ניט צוגעמאכט קיין אױיג. נו"נו, האָט ער שוין געהאט איינמאָל א פאָרן! אז דער װאָגן האָט זיך גערירט פון אָרט, איז נאָך געווען צו דערלײַדן, אָבער אז עס האָבן אָנגעהױבן קנאקן די רעדער איבערן טראקט, האָט זיך אים אויסגעוויזן, אז דער הימל שפּאלט זיך און ווארפט פון דער הייך שטיקער אײַז באפּינטלטע מיט שטערן, װאָס פליען גלײַך אף אים. שימען האָט זיך גענומען ווארפן און שרײַען, אָבער גאָר אינגיכן איז ער אײַנגעשטילט געבליבן. ער האָט בלויז געהערט, װי עס גרילצט אים אין די אויערן דער סאניטארקעס קעלכל ,טריר-רױי,
ווען שימען איז געקומען צו"זיך, איז דער קאָפּ זײַנער געלעגן אף עמעצנס קני, און א ווארעמקײַט האָט אײַנגעהילט זײַנע אקסל, די הענט ביז די עלנבויגן שפּעטער האָט ער דערזען, װי א פּאָר ברייט צעעפנטע אויגן באטראכטן זײַן פּאָנעם און אין די דאָזיקע אויגן בלישטשען צוויי גרויסע טראָפּנס, פּונקט װי בא נעכאמען, ווען זי האָט אים באגלייט אף דער מילכאָמע. אן אומרויִקער האָט ער קוים ארויסגעשטאמלט:
-- און די מאמע, די מאמ-מע?
-- ליג אײַן, שלימאזל, די מאמע האָט זיך אֹים דאַ פארגלוסט.
אינעם ענטפער האָט שימען פארשטאנען, װוער עס רעדט צו אים און צו וועמען אין די הענט ער איז ארײַנגעפאלן. דעריבער האָט ער מער גאַרנישט ניט געזאָגט, ביפראט נאָך, אז ס'איז אים גאָרניט שלעכט געווען אזוי צו ליגן און קוקן אף די שטערן. די נעכט זײַנען דאָ ניט קיין ווארעמע, ניס אומזיסט האָט די סאניטארקע אָנגעטאָן דעם לײַבעק אף זיך. זי האָט צעשפּרײט די פּאָלעס, דער ווינט זאָל אים, שימענען, ניט בלאָזן אין פּאָנעם ארײַן. שטיל איז געווען ארום-און-ארום. בלויז די רעדער האָבן געסקריפּעט, און די טלאָען -- טופּ- טופּ! און מיטאמאָל האָט זיך דערהערט א סקריפּענדיק קאָל;
-- פראניע, בעט אונטער דעם פארװוּנדעטן דײַנע צוויי קישעלעך, ועלן מיר קאָנען פאָרן גיכער, אניט װעלן מיר ביז פּייסעך אהיים זיך ניט דערקלליבן.
-- אלטער טערעך, שלינג אײַן דײַן לאנגע צונג און נעם דאָרט אײַן שטומעניש.
99
איצט, ווען שימען איז ארײַן אין קאָלװירט-הויף, האָט ער דערהערט דאָס באקענטע קעלכל, װאָס האָט ארײַנגעשריגן אין טעלעפאָן-טרײַבל;
-- אלאָ, אלאָ!
,זאָל דאָס זײַן די זעלבע סאניטארקע? װי קומט זי אהער אין פארוואלטונג פון קאָל- ווירט?" שימען װאָלט דאפקע ניט געװאַלט מיט איר זיך דאָ באגעגענען נאָר ער גלייבט נאָך ניט, אז דאָס איז טאקע יענע פראניע. װײַזט אויס, אז דאָ אין דאָרף זײַנען בא אלע מיידלעך געגלייזטע געמבעס, און ער האָט בא זיך געפּױעלט, אז דאָס שרײַט אין טעלעפאָן ארײַן גאָר אן אנדערע.
ער איז א װײַלע שטיין געבליבן, באטראכט דעם לידיקן הויף, דאָס מאָגעריקרעציקע פערד, װאָס לעבן צעבראַכענעם פּארקן. קיין געשפּאנטע וועגענער האָט מען דאָ ניט געזען װאָס זשע האָט ער דאָ צו טאָן? עפשער ארײַנגײן אין דער פארוואלטונג זיך דערוויסן װוער און װאָס?
יאָ. אין דער פּלײיצע, ניט אזוי אין דער פּלײצע, װי אינעם קורצן צעפּל, װאָס אין געווען שטײַף צונויפגעפלאָכטן וי פון פרישער גלאנציקער שטרוי, האָט ער דערקענט די סאניטארקע. און װעדליק דאָס שװוערע צעפּל, װאָס איז געווען צוגעזאָטן צום רוקנביין, האָט זיך אָנגעהויבן באוועגן, האָט ער פארשטאנען, אז פראניע פארלירט איר גלײַכגעװיכט. װעהאָרײַע, זי האָט זיך באלד צעשריגן אין טעלעפאָן-טרײַבל:
-- װאָס פאר א ראי-איספּאָלקאָם! און אויב אפילע ראי-איספּאָלקאָם, דארף איך נעמען און געבוירן דעם פּרעדסעדאטעל? אין אָװנט קלינג, זאָגט מען דיר, אין אָװנט, אײַזערנער קאָפּו -- זי האָט האסטיק אופגעהאנגען דאָס טרײַבל אפן טעלעפאָןיאפּאראט און זיך אויס- געקערעװועט צו דער טיר. ווען זי האָט דערזען שימענען שטיין בא דער שװעל, האָט זי ברייטער צעעפנט אירע גרינבלעך-גרויע אויגן און אף די בעקלעך האָבן זיך באוויזן צוויי טיפע כיין-גריבלעך.
-- זע נאָר, א גאסט!--האָט זי א פּליעסקע געטאָן מיט די הענט, די ראָזעװע בעקלעך האָבן זיך נאָך מער צעפלאמט.---װאָס איז, קיין קירצערן שינעל האָט מען דיר ניט געקאָנט אָפּזוכן?
שימען האָט איר געװאָלט געבן צו פארשטיין, אז מע האָט אין שפּיטאָליקלאדאָװע איבער- געקערט האָרע-קאָרע אוֹן אף זײַן מאָס קיין בעסערן שינעל ניט געקאָנט געפינען נאַר פראניע האָט ניט געלאָזט אויסריידן קיין װאָרט, זי איז צוגעגאנגען צו שימענען, אָנגענומען זײַן שווערע האנט און זי אויסגעצויגן פאָרויס אזוי, אז דער ארבל האָט זיך פארוקט צום עלנבויגן.
-- גענוג, װאָס דער קאָפּ דײַנער אין אזוי צעקאליעטשעט, ווילסטו נאָך אָפּפרירן די הענטעלעך אויך? זײַ וויסן, אז אונדזערע פרעסט זשאלעווען קיינעם ניט.--זי האָט אופ- געהויבן די אויגן אף ארוף, דערבײַ האָבן א גלאנץ געטאָן די װײַסלעכלעך, װי שפּיגעלעך, פארביסן די פײַכטע פולבלעכע ליפּן;
-- טו נאָר א קוק אף דער וואטרושקע, דײַן קובאנקע טוג אפילע ניט פאר קיין פֹּאַ- קרעשקע אף צודעקן א טאָפּ, אז די מילך זאָל ניט אויסלויפן --זי האָט אופגעהויבן די האנט, אראָפּגעשלעפּט דאָס היטל, עס באטראכט און שוין שטילער גערעדט:--גיי, גיי, זעץ זיך בעסער אנידער, --זי האָט מאמעש מיט גוואלד אים צוגעשטופּט צו דער באנק, - זיץ. אוי, גאָט מײַנער, טו נאָר א קוק, װי ער איז דערשוויצט געװאָרף דו ביסט נאָרװאָס אין באָד געווען, צי װאָס! --- זי האָט אראָפּנעשלעפּט דאָס װײַסע טיכל פונעם קאָפּ און גענומען ארומווישן זײַן פײַכט פּאָנעם. דעריקער האָט זי פאָרזיכטיק זיך געפּאָרעט לעם די פלאסטער- סטענגעס, וועלכע האָבן פארקלעפּט א טאמפּאָן, װאָס האָט פארשטעלט א היפּשע ווּנד אין דער רעכטער זײַט שטערן. שימען האָט אומיסטן אראָפּנעקעמט א פּאסמע שווארצע האָר, קעדיי באהאלטן דעם דאָזיקן כיסאָרן זײַנעם. ווען פראניע האָט אויסגעװוישט זײַן געזיכט, האָט זי געזאָגט:
-- איצט דערצייל מיר, װאָס ביסטו אהער געקומען?
שימען האָט א פּינטל געטאָן מיט זײַנע גרויסע שווארצע אױגן. דאָס פּאַנעם האָט זיך גענומען קנייטשן, װי ער װאָלט זיך קלײַבן א שמייכל טאָן
-- א פור. איך דארף אף דער סטאנציע..
-- מֶער דארפסטו גאָרנישט ניט? א פורל גייט אים אָפּ. די פערד אין קאָלװירט האלטן זיך קוים אף די פיס, זיי הענגען אף די ווישקעס. די דאָזיקע ריסאקעס װאַלטן דיר א דאנק געזאָגט, זאָלסט זיך אײַנשפּאנען און ברענגען זיי א ביסל היי. וויל ער, זיי זאָלן אים פירן אף דער סטאנציע. װאָסי, װײַל דו ביסט אָנגעטאָן אינעם שיינעם שינעל? און די פיס דײַנע
60
זײַנען פארוויקלט מיט די אָבמאָטקעלעך? מיינסט, אינעם דאָזיקן הוילעך װעסטו װײַט פאר- פאָרן? דו מיינסט, אז די קעלט װעט זיך דערשרעקן פאר דײַנע אָפּגעפּוצטע שיך! ביסט א מייוון, װי ער האָט זיך עס פארקנאקט! א װײַס קעלנערל צוגענייט צו דער גימנאסטיאָרקע, מאכט א ווארע, דער כאָסן פאָרט אָנקוקן די קאלע.---פראניע האָט צעשפּיליעט דאָס קעל- נערל פון זײַן גימנאסטיאָרקע און גענומען פאָכן מיט דער פאטשיילע אף זײַן געזיכט, אזוי וי זי האָט עס געטאָן אין שפּיטאָל, ווען ער פלעגט פארלירן דעם באװוּסטזלין. דערבײַ האָט זי ניט אופגעהערט צו ריידן, זי האָט געזאָגט, אז די וועגענער זײַנען שוין פון לאנג אוועק- געפאָרן אף דער נאפט-באזע, און אפילע ווען זיי פאָרן ניט אוועק, װאָלט זי אים סליווי ניט געלאָזט אין אזא הוילעך אין װײַטן וועג ארײַן. זי האָט געגעבן צו פארשטיין, אז מאָרגן איז זונטיק, און מאָנטיק איז די נאפט-באזע סײַווי פארמאכט. פאר די פּאַר טעג, װאָס ער װעט בא איר איבערזײַן, װעט זי ערגעץ לײַען א פּאָר פּױשטן, א טולעפּ, ער זאָל קאָנען כאָטש ביז דער סטאנציע זיך דערקלײיבן אין ווארעם אָנטאָן. דערזען, װי שימען האָט אומצופרידן א קנייטש געטאָן דעם שטערן, האָט פראניע ערשט געעפנט א מויל:
-- האָסט זיך ניט װאָס צו קרימען, איין בריירע איז דיר געבליבן--נעם דיר דײַנע לאנגע פיס אף די פּלײיצעס און שפּאציר זיך דורך. אויב סע װעט דיר סטײַען אָטעם, װועט זײַן גוט, און טאָמער, גאָט באהיט, ניט, װעסטו אָפּזאָגן די עטלעכע גילדן. -- זי האָט פאר- װאָרפן די הענט אף די ברייטע לענדן און זיך צעשריגן ניט אף קאטאָװעסן:
-- קארג האָבן לעם דיר די דאָקטױרים ארומגעטאנצט? װײיניק האָבן זיי זיך געמוטשעט מיט אזא געפערלעכן װי דו ביסט געווען. און וויפל נעכט בין איך ניט געשלאָפן איבער דיר, געפּעסטעט װי א קליין קינד. מע האָט אים קוים געבראכט צו א טאָלק, געמאכט פון אים א מענטשן! װער זשע װעט דערלאָזן, אז דײַנע אָרדענס און מעדאלן זאָלן בלײַבן נאָך דיר, קארג בלוט האָסטו פארגאָסן! -- פראניע האָט גאַרנישט ניט געװאָלט הער ניט גע- װאָלט וויסן. ניט געווארט אף שימענס ענטפער, האָט זי ארופגעװאָרפן אף זיך דאָס פּעלצל, פארבונדן דאָס ווארעמע שאלעכל מיט א קנופּ אפן האלדז-און-נאקן און איז ארױיסגעשפּרונ- גען אפן גאנעק. פון דאָרטן האָט זיך דערהערט איר קלינגענדיק קאָל: , זיידע סוויריד, הער זיך צו צום טעלעפאָן, איך װעל א קווארטיראנט אָפּפירן אהיים". און טייקעף איז זי געווען צוריק, זי האָט ארופגעזעצט די קובאנקע אף שימענס קאָפּ, אפגיך אים פארשפּיליעט דעם שינעל און, װי זי פלעגט עס טאָן דאָרטן אין שפּיטאָל, גענומען אים אונטערן אָרעם, װי זי זאָל אים דארפן פירן אף א פּערעוויאזקע, צי ערגעץ אנדערש. זי האָט בלויז מיט א װוּנק באפוילן, ער זאָל גיין מיט איר.
שימען, װאָס האָט אויסגעזען קרעפטיקער, װי א דעמב, האָט געשפּאנט לאנגזאם איבער דער גאס, און זי, פראניע, א קורצינקע, א באוועגלעכע, האָט געטאנצט מיט אירע פּושטלעך איבערן שניי. דאָס זשוואווע קערפּערל אירס האָט זיך געבויגן אהער און אהין, פארלאָפן שימענען דעם וועג.
שימען האָט פון אָנהײב ניט געװוּסט, צוליב װאָס האָט פראניע אױיסגעטאָן די פּוישטן אין פאָדערהויז. אָבער ווען ער איז ארײַנגעגאנגען אין שטוב, איז ער א געפּלעפטער שטיין געבליבן בּא דער שוועל. ער האָט נאָך קיינמאָל ניט געזען, אז אין א שטוב זאָלן די וענט זײַן צונויפגעלייגט פון קײַלעכדיקע בערווענעס און אז פּאַלאטיעס זאָלן הענגען אונטער דער סטעליע און ניט לאָזן אױיסציִען זיך אין פולן װוּקֵס אזא מענטשן, װי ער איז. ס'האָט גע- דוכט, אז די װוײַסע פאָרהענגלעך אף ביידע פענצטער װעלן באלד א פלאטער טאָן פון דער שטוביקער פרישקײַט. הײַנט דער פּאַלן דער פּאָל אין דאָך געװען געל, װי א געלכל, עס האָט זיך מאמעש געגלוסט אים א גלעט טאָן מיט דער האנט. ס'איז טאקע אן אויירע טאָפּטשען מיט די פיס די דאָזיקע ציכטיקײַט.
שימען שטייט אין פארלעגנהײַט און ווייסט ניט װאָס צו טאָן: צי זאָל ער צעוויקלען די אָבמאָטקעס, אױיסטאָן די שיך און בלײַבן באָרװעס? מיטאמאָל האָט ער לעם זיך דערזען א קליין מיידעלע, זי האָט זיך אָנגעבױגן און אנידערגעשטעלט א פּאַר ליזשעס צו זײַנע פיס. יאָ, יאָ, ליזשעס, ניט קיין הילצערנע, פארשטייט זיך, נאָר געוואנטענע --געמאכט פון אן אלטן שינעל. און זי, פראניע, האָט ניט גערוט, אין איין אױגנבליק אראַפּגעשלעפּט דעם רוקזאק פון שימענס אקסל און אים ארױיסגעטראָגן אין פירהויז, אומגעקערט זיך צוֹריק, האָט זי געהאָלפן שימענען אױסטאָן דעם שינעל, אליין האָט זי איר פּעלצל דאפקע ניט אראָפּגעװאָרפן פון זיך, צי זי האָט פארגעסן, צי זי האָט קיין צײַט ניט געהאט, װעהאָרײַע: זי האָט באוויזן דעם מיידעלע אײַנראמען א סאָד אפן אוער און נאָכדעם, ווענדנדיק זיך צו שימענען, געזאָגט אף א קאָל: | ן
1
-- שפּילט זיך שיין, איך מוז לויפן. --און פראניע האָט װי א שאָטן ניט געסטײַעט.
דאָס קליינע מיידעלע האָט זיך ארומגעדרייט איבערן שטוב, אלע װײַלע געכאפּט א ניט זיכערן קוק אפן פרעמדן, װאָס איז געזעסן באם טיש. אירע דורכגעטריבענע קוקערלעך זײַנען ענלעך געווען אף דער מאמעס אויגן. נאָר באם קינד זײַנען זיי עפּעס מאָדנע פײַכט, בלישטשען ניט מיט קיין נאטירלעכן גלאנץ, װי בא א קראנקן דערוואקסענעם מענטשף דערפאר דאָס אָנטאָן אירס, דאָס געפאלדעוועטע טונקל-גרויע קליידעלע, דאָס מיט די הענט אויסגעשטריקטע װאָלענע קאָפטעלע, איבערהויפּט דאָס פארטעכל, האָט איר זייער געפּאסט. מע האָט געקאָנט מיינען, אז אין שטוב דרייט זיך ארום א געניטע באלעבאָסטעטשקע. אין דער פארטײַעטער שטילקײַט האָט שימען געהערט, װי דאָס מיידעלע אָטעמט שוער. עפּעס אן אומהיימלעך שװײַגן האָט געהערשט אין שטוב. ס'האָט געדוכט, אז ביידע באטראכטן, פון װאָס הייבט מען עס אָן א געשפּרעך. ענדלעך האָט זיך דאָס מיידעלע אנידערגעזעצט באם טיש אנטקעגן שימענען. ווען זיײערע בליקן האָבן זיך באגעגנט, האָט ער גענומען שמייכלען צו איר, און זי האָט גאָר אָנגעכמורעט די ברעמען, קעדיי װײַזן, אז זײַן שמייכל גייט איר ניט אָן. זי האָט בלויז מיט דער האנט אַנגעהויבן שארן איבערן טיש, קלוימערשט געװאָלט אױסגלײַכן װי א קנייטשעלע אפן סערוועט. מיטאמאָל האָט שימען געפרעגט:
-- זאָג, װוי רופט מען דיך?
זי האָט אָנגעבױגן דעם קאָפּ צום רעכטן אקסל און געענטפערט:
-- לושע. װאָסי דען? לוקעריא... -- און באלד האָט זי א גלעט געטאָן דעם סאָלדאט מיט א בליק און געפרעגט דאָס זעלבע:-- און דו וי הייסט?
-- שימאָן. געפעלט דיר?
-- איך ווייס ניט, -- האָט זי א קנייטש געטאָן מיט די אקסעלעך.
-- אודאו-און מיר געפעלט דײַן נאָמען, לויויושא -- זייער א שיינער נאָמען
-- פארװאָס פארהיקעסטו זיך, ביסט קליינערהייט ארויסגעפאלן פון א ויגל!
-- ניין, אף דער מילכאָמע... קאָנטוזשעט, פארשטייסט?
-- קאָנטוזשעט? און מײַן טאטן האָט מען אינגאנצן געהארגעט. מיר האָבן שוין פון לאנג באקומען א פּאָכאָראָנקע.
שימען האָט אראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ,. מוירע געהאט זיך באגעגענען מיט לושעס אױיגן, פּונקט וי ער װאָלט שולדיק געווען, װאָס איר פאָטער איז דערהארגעט און ער, שימען, איז בלויז קאָנטוזשעט.
באטאָג איז פראניע א צעהיצטע, א פארפלאמטע פון פראָסט געקומען צו לויפן אהיים מיט א פּאָר פּױשטן, האלטנדיק איינעם אונטערן רעכטן אָרעם, דעם צוייטן--אונטערן לינקן. ניט קיין אױיסגעטאָנענע איז זי צוגעגאנגען צום טיש, װוּ שימען איז געזעסן, צענומען ביידע הענט, און די פּושטן האָבן א פּראל געטאָן אפן פּאָל. פראניע האָט אָנגעהױבן רעדן:
-- געליען די װאָליקעס. אנו, טו נאָר אויס דײַנע כיינעוודיקע שיכעלעך און מעסט אָן
דאָס, װאָס איך האָב דיר געבראכט. אויב זיי טויגן --איז גוט, און טאָמער ניט, װעל איך זי אָפּטראָגן צוריק. -- ניט לאנג געטראכט, האָט פראניע זיך אראָפּגעלאָזט מיט די קני אפן פּאָל, געװאָלט אָנהײיבן צעוויקלען די אָבמאָטקעס. נאָר שימען האָט זי אָנגענומען פאר ביידע הענט העכער די עלנבויגן, זי אופגעהויבן און אליין זיך אופגעשטעלט אף די פיס.
-- מע דארף ניט, װאָס בין איך עפּעס אָן הענט, צי װאָס?
-- איז מאך עס גיכער, און איך װעל דערװײַל צוגרייטן ווארמעס, -- פראניע האָט זיך אָפּגעקערעװעט און גענומען זיך אױיסטאָן. זי האָט אראָפּגעװאָרפן פון זיך דאָס פּעלצל, עס איבערגעװאָרפן פון איין האנט אין דער צוייטער און ניט געװוּסט װוּהין עס אהינטאָן. ענדלעך האָט זי דאָס פּעלצל אופגעהאנגען לעם שימענס שינעל. דאָס אראָפּגעשלעפּטע שאלעכל פון קאָפּ האָט לושקע צוגענומען פון דער מאמעס הענט. די קליינע ווייסט שויף אז מע דארף עס אקוראט צונויפלייגן און באשטאטן אף אן אָרט, אז קיינער זאָל עס ניט צעקנייטשן. ווען פראניע האָט זיך געלאָזט גיין צום אויוון, האָט שימען שוין באוויזן ארײַנ- קריכן אין די װאָליקעס.
-- נו, ויאזוי? -- האָט זי פארבײַגייענדיק געפרעגט.
-- זייער גוט, -- האָט שימען געטופּעט מיט די פיס,--א גרויסן דאנק דיר, פראניע.
פראניעס פּאָנעם איז מיטאמאָל לויטערער געװאָרן. שמייכלענדיק האָט זי דערציילט, אז א טולעפּ האָט צוגעזאָגט אנטלײַען דער זיידע סויריד, און די סאָלדאטקעס פון דאָרף, װאָס גרייטן מאטאָנעס אף צו שיקן אפן פראָנט, װעלן אויסשטריקן פאר אים א פּאָר װאָלענע שקארפּעטקעס און א פּאָר הענטשקעס. זי האָט אויך געגעבן אָנצוהערן, אז דעם טולעפּ מיט די פּוישטן װעט ער דארפן אָפּשיקן צוריק מיט די פורמאנעס.
17 62
שימען האָט א צופרידענער גענומען רײַבן די הענט.
-- אַדאָ, איצט װעל איך זיך דערקלײַבן אפילע אין עק וועלט.-- ער איז צוגעגאנגען צו לושקען און זיך אָנגעבױגן צו איר:--איצטער זאָג מיר, באלעבאָסטעטשקע, מיט די דאָזיקע פּוישטן מעג מען שפּאצירן איבערן פּאָל?
-- מע מעג, -- האָט לושקע פאָרזיכטיק געענטפערט, קוקנדיק דערבײַ אֹף דער מוטער.
שימען האָט זיך אױסגעגלײַכט, צעשפּרײט די פּלייצעס און ארײַנגערוקט די הענט אין די הויזודקעשענעס, מײַסע באלעבאָס האָט ער זיך געלאָזט שפּאנען איבער דער שטוב.
פראניע האָט באוויזן אײַנהייצן דאָס אײַזערנע הרובקעלע, װאָס איז געשטאנען ניט װײַט פונעם גרויסן אויוון, און די בלעכענע טרויבן האָבן אינגיכן אָנגעהױבן הודען. עס האָט א שמעק געטאָן מיט געפּרעגלטע ציבעלעס -- אין שטוב איז געװאָרן היימלעכער. פראניע האָט ניט גערוט. פארשפּרייט א פרישן סערװועט אפן טיש, דערלאנגט טעלער מיט לעפלעןף נאָכדעם פונעם אפן-אויוון אראָפּגענומען עפּעס א קײַלעכדיקע באָבע, אײַנגעװיקלט אין א ווארעמער קאָלדרע. ווען זי האָט צעוויקלט די באָבע, האָט פון א שיסל א זעץ געטאָן א פּארע און עס האָט זיך דערטראָגן א געשמאקער גערוך פון קארטאָפליע-לאטקעס.
ווען מע האָט זיך באדארפט נעמען צום עס האָט שימען געבעטן פראניען זי זאָל דערלאנגען דעם רוקזאק. ער האָט געגעבן אָנצוהערן, אז דאָרטן איז בא אים פאראן ברויט, נאָר פראניע האָט אוועקגעמאכט מיט דער האנט: אז עס זײַנען פאראן ,,דירונעס", קאָן מען זיך באגיין. דאָס ברויט װעט אים צוניץ קומען אין וועג.
-- זאָרג זיך ניט, איך װעל פון הונגער ניט שטארבן, דאָרטן איז בא מיר צוקער אויך פאראן, מע דארף דעם קינד מאכן א זיסע גלאָז טיי.
פראניע האָט זיך געמאכט ניט וויסנדיק, בלויז א צוק געטאָן מיט די אקסלען און גע- װאָלט אײַנרײדן, אז לושע האָט פײַנט זיסע טיי, אז לושע וויל ניט קיין צוקער,
-- איך וויל, איך האָב ליב, -- האָט די קליינע אויסגעשריגן, נאָר דערזען דער מאמעס אויגן, איז זי באלד אנשוויגן געװאָרן.
שימען האָט זיך א הייב געטאָן פונעם בענקל. מיט ביידע הענט נערװעז גענומען אראָפּציִען די גימנאסטיאָרקע. די מעכטיקע אקסלען זײַנע און די ברייטע ברוסט האָבן מיטאמאָל אופגעלעבט. דאָס פּאָנעם, װאָס איז געווען פארברוינט סײַ זומער, סײַ װוינטער, איז פלוצעם בלאס געװאָרן און אף די שלייפן האָבן זיך אָנגעצױגן אָן א שיר אָדערן. דערזען זײַנע פארנעפּלטע אויגן און די שווארצע גלאנציקע געדיכטע ברעמען, װאָס האָבן זיך אָנגעהױבן באוועגן, װי זיי װאָלטן װעלן ארופקריכן אפן שטערן, איז פראניע ארויסגעשפּרוג- גען אין פירהויז נאָכן רוקזאק. זי קען שוין א ביסל דעם געלאסענעם שטילן בער. פּרוּוו אים אָבער צערייצן, װעט ער די גאנצע שטוב אומוואלגערן.
באם ווארמעס זײַנען פראניען געקומען אפן זינען די טעג און נעכט נאַך דער צווייטער אָפּעראציע, װאָס מע האָט געמאכט שימענען. עטלעכע טעג דורכאנאנד האָט ער זיך ניט אופגעכאפּט פון שלאַף. ערשט נאָכדעם האָט פראניע זיך דערװוּסט, אז מע פלעג די גאנצע צײַט אים ארײַנשפּריצן אזא רעפוע, ער זאַל שלאַפן, װײַל איבערטראָגן די ווייטעקן איז געווען אומעגלעך.
זיצנדיק באם טיש, האָט פראניע אלץ ניט געקאָנט קומען צו-זיך. אויסערלעך איז זי געווען רויִק. אָנבײגנדיק דעם קאָפּ איבערן טעלער, האָט זי לאנגזאם געזופּט די פּאָכליאָבקע. עס האָט זי, קלוימערשט, ניט געארט, װאָס לושע, דער מאזיק אירער, האָט אָנגענומען א פולע זשמעניע מיט שטיקלעך צוקער. זי האָט דערפילט מאמעש מיט אלע כושים, אז שימען איז שוין אָפּגעגאנגען, ער איז צופרידן, װאָס זײַן גאנץ דאָברע מאזל -- דאָס ברויט און דער צוקער -- ליגט אפן טיש.
נאָכן ווארמעס איז פראניע װוידער אװעקגעלאָפן פון שטוב, איין מאָל אין צוויי כאדאָשים קומט איר אויס זײַן א דניעוואלנע אין דאָרפסראט, װאָס געפינט זיך אין איין געבײַדע מיט דער פארוואלטונג פון קאַלװוירט. און הײַנט, װי אפצולאָכעס, האָט דער ניטגוטער געבראכט פון ראיאָן דעם פינינספּעקטאָר, וועלכער האָט איר אונטערגעטראָגן א היפּש צעטל פון היגע אײַנװווינער, װאָס צאָלן ניט קיין , פּאָדאָכאָדנע" און דעקן ניט דעם כויוו פאר דער האלואָע. פראניע איז ניט קיין שעמענדיקע, אן אנדערן װאָלט זי געהייסן, ער זאָל אליין זיך מאטריעך זײַן דורכשפּאצירן צו די באלכויוועניקעס. איז דער אינספּעקטאָר אן עלטערער מענטש, דערצו נאָך פון די . עוואקוירטע, װאָס װייסט ניט דאָס דאָרף. האָט זי, פראניע, אים צוליב געטאָן און צונויפגערופן דעם אוילעם.
אין אָװנט איז זי א פארמאטערטע געקומען אהיים. דאָס מאָל האָט מען געזען, אז אירע קויכעס צאנקען. זי האָט קוים אראָפּנעשלעפּט דאָס פּעלצל פון זיך, עס געהאלטן אין די
03
הענט, ביז שימען האָט עס בא איר ניט צוגענומען און ניט אופגעהאנגען אפן אָרט. און זי פראניע, איז אלץ װי א פארגליווערטע געשטאנען, ס'האָט געדוכט, אז אין דער טונקלקײַט זעט זי גאָרנישט ניט און ווייסט ניט װאָס צו טאָן. צונויפלייגנדיק דאָס שאלעכל, האָט זי גאָר זיך גענומען פארענטפערן, אז זי איזן טאקע גוט מיד, נעכטן האָט זי א גאנצן טאָג געשלעפּט צװײַגן פון וואלד, װײַל מע דארף די ארבעט ארײַנכאפּן, ביזוואנען עס איז ניטאָ נאָך קיין טיפער שניי; נאַָכדעם א גאנצע נאכט אָפּגעטױטשעט זיך אין שפּיטאָל, און הײַנט האָט איר גאָט צוגעשיקט א פינינספּעקטאָר. דערציילנדיק אָט דאָס אלץ, האָט זי געקוקט אפן זייגער, װאָס איז געהאנגען אף דער וואנט צװישן ביידע פענצטער. ערשט דעמלט האָט זי זיך געכאפּט, אז מע דארף אָנצינדן דאָס לעמפּל, װײַל מע זעט דאָך גאָרניט.
-- װאָס זיצט איר אין דער פינצטער?--האָט זי געפרעגט און איז באלד אופגעלעבט געװאָרן. דאָס דיקע קורצע צעפּל האָט זיך אָנגעהױבן באוועגן אף דער פּלײצע, אין שטוב איז געװאָרן ליכטיק, פראניע האָט זיך גענומען עפּעס טאָן, ארײַנגעטראָגן קארטאָפליעס, זויער-קרויט און אָנגעהױיבן גרייטן וועטשערע. שימען האָט פארשטאנען, אז מע דארף צעלייגן פײַער אין הרובקעלע.
-- באהעלפער מײַנער, -- האָט זיך דערהערט פראניעס קאָל, --און דעם טויער האָסטו שוין אויך צורעכט געמאכט, װער האָט דיך געבעטן?
שימען שװײַגט, ער זיצט אף די שפּיץ פינגער לעם הרובקעלע און רייכערט. לושקע שטייט דערבײַ און קוקט, װי דער סאָלדאט בלאָזט ארײַן דעם רויך אינעם אָפּענעם טירל פון דער פלאמענדיקער הרובקע.
מיט דער וועטשערע האָט מען זיך גיך אָפּגעפארטיקט. פראניע האָט אופגעראמט פונעם טיש, קוקנדיק אפן זייגער. דאָס כאָדיקל ציילט די רעגעס, קלאפּט גלײַכמעסיק, גיט צו ויסן, אז די צײַט שטייט ניט אפן אָרט. און זי, פראניע, וויל באװײַזן כאָטש כאפּן א דרעמל, װײַל אין א שאָ צוויי ארום מוז זי דאָך ווידעראמאָל לויפן אין שפּיטאָל.
אָפּגעפארטיקט זיך מיט אלע ארבעטן, האָט פראניע אויסגעבעט שימענען אין צװוייטן צימער. זי האָט אים אָנגעזאָגט, ער זאָל לאָזן אָפן די טיר, װעט די װארעמקײַט פון דער קיך זיך צעשפּרײטן איבער דער גאנצער שטוב. זי האָפּט, אז ער װעט ניט דערפרוירן װערן. לושעס בעטל, װאָס שטייט לעם דער הרובקע, האָט פראניע ניט געטשעפּעט, גענומען די קליינע אוֹן ארוף מיט איר אף די פּאָלאטיעס. פון דאָרטן האָט זיך דערהערט פראניעס זיפצן, עפּעס האָט זי גערעדט, אז אזא געראָטענע, וי זי, קאָן פארשלאָפן און דאָס טייג קאָן בא איר אויסלויפן פון דער דייזשע.
די קליינע װעט אָבער ניט לאָזן די מאמע אײַנשלאָפן, ביז זי װעט איר ניט אויסזינגען דאָס באליבטע לידל. דעריבער פארציט זי מיט איר דין קעלכל:
...268 1011482 ,ט 8832240 טזוועזאץז סז1ף
יעדער אָװונט, איידער גיין אֹף דער באנאכטיקער דעזשורסטווע, זעצט זיך פראניע אני- דער לעם בעטל און, שארנדיק מיט דער האנט איבערן קינדס גופעלע, זינגט זי איר אויס די דאָזיקע ליד. איצט העלפט פראניע דער קליינער:
660818044קסת {ץ6עץ2 א 672712א2 ה 60 1688 .486321808 22 הספנץהז 01228 16 10/24 6 1
דערהערט דאָס סאמעטענע קאָל, האָט שימען זיך דערמאָנט, װי פראניע פלעגט ארויס- טרעטן פאר די פארװוּנדעטע אין שפּיטאָל. ער איז דעמלט נאָך געלעגן אפן צווייטן שטאָק און ניט געקאָנט זיך אראָפּלאָזן אין גאָרקיך הערן דעם קאָנצערט. אָבער זינט פראניע האָט באקומען די ,פּאָכאָראָנע" פון איר מאן, האָט מען אופגעהערט הערן די ,ריאבינע?.
שימען איז-ניט געגאנגען זיך לייגן שלאָפן, ער איז געשטאנען באם פענצטער און ארויס- געקוקט אין דרויסן. ס'האָט געדוכט, אז די גרויסע לעװאָנע, װאָס יאָגט און שפּרינגט צװישן די. װאָלקנס, װויל זיך אראָפּלאָזן אהער נידעריקער צום שטיבל הערן דאָס דאָזיקע געזאנג. אָבער גאָר אינגיכן װערט פראניעס קאָל שטילער און שטילער.. בלויז לושעס היזעריק קעלכל האָט געמורמלט עפּעס, נאָר